דער ייִדישער אַװאַנגאַרד אין פּױלן און רוסלאַנד

Yiddish Avant-Garde in Poland and Russia

עקספּאָנאַטן פֿון דער אױסשטעלונג „פּאָליאַק, ייִד, קינסטלער׃ אידענטיטעט און אַװאַנגאַרד”
עקספּאָנאַטן פֿון דער אױסשטעלונג „פּאָליאַק, ייִד, קינסטלער׃ אידענטיטעט און אַװאַנגאַרד”

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 14, 2016, issue of August 29, 2016.
„פּאָליאַק, ייִד, קינסטלער׃ אידענטיטעט און אַװאַנגאַרד”
„פּאָליאַק, ייִד, קינסטלער׃ אידענטיטעט און אַװאַנגאַרד”

די קורצע אָבער אינטענסיװע אױפֿבלי־תּקופֿה פֿונעם ייִדישן אַװאַנגאַרד אין מאָלערײַ, טעאַטער און ליטעראַטור פֿאַרבלײַבט שױן עטלעכע צענדליק יאָר אַ באַליבטע טעמע אין דער ייִדישער פֿאָרשונג. 

דער דאָזיקער אינטערעס איז לכתּחילה אַנטשטאַנען אין אַמעריקע און ישׂראל, אָבער אין די לעצטע יאָרן האָבן זיך װיכטיקע פֿאָרשונגען דערשינען אױך אין אײראָפּע׃ אין פּױלן, רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד. יעדער צענטער פֿון ייִדישער אַװאַנגאַרד־פֿאָרשונג האָט אַן אײגענעם פֿאָקוס און צוגאַנג, װאָס האָט כּסדר צו טאָן מיט דער לאָקאַלער אײגנטימלעכקײט. 

אין מאָסקװע האָט מען דעם צענטער פֿאַר אַװאַנגאַרד־פֿאָרשונג געשאַפֿן בײַם נײַעם ייִדישן מוזײ, און אַזױ האָט די גאַנצע רוסישע אַװאַנגאַרד־קונסט באַקומען אַ ייִדישן „טעם”. אָבער לרובֿ האָבן די אױסשטעלונגען און אונטערנעמונגען פֿונעם צענטער אַ קנאַפּן שײַכות צו ייִדישע טעמעס. שטילערהײט דערקלערט מען, אַז אַזױ װעלן זײ צוציִען אַ גרעסערן אַלגעמײנעם עולם, װאָס װאָלט אַנדערש ניט געהאַט קײן אינטערעס אין ספּעציפֿישע ייִדישע ענינים. 

אין פּױלן, דאַכט זיך, איז דער מצבֿ אַ פֿאַרקערטער. דאָ דינט דװקא די ייִדישע טעמאַטיק װי אַ צוקערקע, װאָס װעקט אױף אינטערעס און אױפֿמערקזאַמקײט פֿונעם ברײטערן פּובליקום.

אײנער פֿון די װיכטיקסטע צענטערס פֿון ייִדישן און פּױלישן אַװאַנגאַרד איז געװען לאָדזש, אַ שטאָט װאָס איז אױפֿגעקומען אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט צוליב דער טעקסטיל־אינדוסטריע. אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט איז לאָדזש געװאָרן די הײם פֿאַר דער װיכטיקסטער פּױלישער אַװאַנגאַרד־גרופּע „יונג־ייִדיש”. הײַנט־צו־טאָג פֿאַרמאָגן די לאָדזשער מוזײען רײַכע זאַמלונגען פֿון דער אַװאַנגאַרד־קונסט פֿון די 1920ער יאָרן, און דװקא דאָ איז אין 2010 פֿאָרגעקומען אַ װיכטיקע אױסשטעלונג פֿונעם ייִדישן אַװאַנגאַרד. די טעמע האָט געהײסן „פּאָליאַק, ייִד, קינסטלער׃ אידענטיטעט און אַװאַנגאַרד”, און הגם מען האָט ניט אַװעקגעשטעלט קײן פֿראַגע־צײכנס, האָט דער טיטל געקלונגען װי אַ שאלה, ניט װי אַ תּשובֿה.

נאָך עקספּאָנאַטן פֿון דער אױסשטעלונג
נאָך עקספּאָנאַטן פֿון דער אױסשטעלונג

די 1920ער יאָרן איז געװען די צײַט פֿון זוכענישן נאָך נײַע אידענטיטעטן ניט נאָר אין דער ייִדישער, אָבער אױך אין דער פּױלישער סבֿיּבֿה. פּױלן האָט אָקערשט געהאַט באַקומען אומאָפּהענגיקײט פֿון דער רוסישער, עסטרײַכישער און דײַטשישער אימפּעריעס, און אײנצײַטיק איז די פּױלישע מלוכה געװאָרן אַ בעל־הבית איבער אירע אײגענע מינאָריטעטן — די אוקראַיִנער, די װײַסרוסן און די ייִדן. דער ענין פֿון מינאָריטעטן איז פֿאַרבליבן אַ הײסע פּאָליטישע פּראָבלעם אין משך פֿון דער גאַנצער „צװײטער פּױלישער רעפּובליק”, און האָט ביז איר סאַמע סוף ניט באַקומען קײן תּיקון.

אַװאַנגאַרד װי אַ סטיל און װעלטבאַנעם איז בטבֿע אַלװעלטלעך. דאָס האָט צוגעצױגן אַ סך קינסטלער, װאָס האָבן געזוכט נײַע דרכים אין קונסט און לעבן. אין סאָװעטן־רוסלאַנד איז פֿון אַװאַנגאַרד אַרויסגעװאַקסן די קונסט פֿון דער רעװאָלוציע, װאָס האָט לכתּחילה געפּרוּװט אױסמעקן װאָסער ניט איז גרענעצן צװישן פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע קולטורן. צװישן די טעאָרעטישע דעה־זאָגער פֿון דער נײַער עסטעטיק זײַנען געװען דער ייִד אליעזר ליסיצקי און דער פּאָליאַק קאַזימיר מאַלעװיטש.

אין פּױלן האָט אַזאַ ראַדיקאַלער צוגאַנג ניט באַקומען קײן קיום. ליסיצקי האָט באַזוכט װאַרשע און לאָדזש אין 1921–1922 אױפֿן װעג קײן דײַטשלאַנד. אין דער צײַטשריפֿט „רינגען” האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל “דאָס גובֿר זײַן די קונסט”, װוּ ער האָט פּראָקלאַמירט אַ נײַע שליחות פֿאַר קונסט׃ קאָנסטרוקציע אַנשטאָט קאָמפּאָזיציע. ליסיצקיס װערק, בפֿרט זײַנע אילוסטראַציעס פֿאַר קינדערביכער, זײַנען געװען פּאָפּולאַר אין פּױלן, אָבער זײַן ראַדיקאַלער געדאַנקענגאַנג האָט ניט באַקומען קײן סך חסידים.

דאָס זאַמלבוך „פּאָליאַק, ייִד, קינסטלער” באַהאַנדלט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן אַװאַנגאַרד אין פּױלן. פֿאַר די ייִדישע קינסטלער אין פּױלן איז די פּראָבלעם פֿון אידענטיטעט געשטאַנען אַנדערש װי אין סאָװעטן־רוסלאַנד. זײ האָבן געדאַרפֿט געפֿינען אַן אָרט אין דער נאַציאָנאַלער קולטור פֿונעם נײַ־אױפֿגעקומענעם פּױלן און דערבײַ אָפּהיטן זײער ייִדישן מהות. דער װאַרשעװער ייִדישער קינסטלער הענריק בערלעװי האָט דערקלערט אַ „קאַמף פֿאַר דער נײַער פֿאָרם”, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַרן עיקר פֿון דער נײַער צוקונפֿטיקער קונסט. אָבער ער, װי אױך אַנדערע פּױליש־ייִדישע קינסטלער, איז ניט געגאַנגען אַזױ װײַט װי ליסיצקי אין דערקלערן קונסט פֿאַר אַ כּלי פֿאַר בױען אַ נײַע צוקונפֿט, שרײַבט דער פּױלישער קונסט־פֿאָרשער אַנדזשײ טוראָװסקי.

סײַ אין פּױלן און סײַ אין סאָװעטן־רוסלאַנד האָט זיך די צוקונפֿט אַרױסגעװיזן אַנדערש װי עס האָבן געחלומט ייִדישע קינסטלער און דיכטער. נאָכן אומקערן זיך קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך ליסיצקי אָפּגעגעבן מיט דער פּראָפּאַגאַנדע פֿונעם סאָװעטישן סאָציאַליזם, און זײַן סטיל איז געװאָרן מער קאָנסערװאַטיװ. אין פּױלן איז אַװאַנגאַרד מגולגל געװאָרן אין אַ פּריװאַטן סטיל, װאָס מען האָט קולטיװירט אין סאַלאָנען און סטודיאָס. אַ צאָל קינסטלער, װאָס האָבן אָנגעהױבן מיט אַװאַנגאַרד, זײַנען שפּעטער אַריבער צום מער טראַדיציאָנעלן „פֿאָלקסטימלעכן” סטיל, װאָס איז געװאָרן פּאָפּולער סײַ אין דער פּױלישער און סײַ אין דער ייִדישער קונסט.