עס קלינגט װי דער אָנהייב פֿון אַ װיץ: אַ חסיד, אַ בעל־תּשובֿה, און אַן אַטעיִסט גייען אַרײַן אין אַ קרעטשמע. דער בעל־הבית, מיט לאַנגע פּאות, און די בעל־הביתטע, טראַדיציאָנעל אָנגעטאָן מיט אַ טיכל, פֿירן אַרײַן דעם אומגעװיינטלעכן עולם. די סאַרװערס האָבן אױך צוגעדעקטע קעפּ און שמועסן מיט די קונים אױף אַ געשמאַקן, היימישן ייִדיש. די קונים זענען לעבעדיק און טומלדיק און זעען אױס אין גאַנצן אַנדערש פֿון די שטילערע, צניעותדיק געקליידטע בעל־הבתּים פֿון דער קרעטשמע. זיי טרינקען, זיי זינגען… בײַ אַ פּאָר זעט מען טאַטויִרונגען אויפֿן לײַב; אַ טייל בחורים חנדלעך זיך מיט אַנדערע בחורים; ס׳זענען אַפֿילו דאָ די, װאָס האַלטן זיך בכלל נישט פֿאַר מענער אָדער פֿאַר פֿרױען.
נישט געקוקט אױף דער פֿאַרשיידנאַרטיקייט אין דער קרעטשמע, איז צווישן זיי דאָ אַן ענגע פֿאַרבינדונג: אַלע האָבן ליב צו רעדן בלויז אױף מאַמע־לשון.
אָט די קורצע סצענע מאָלט אױס די הײַיאָריקע זומער־פּראָגראַם פֿון דער „ייִדיש־פֿאַרם‟. „דאָס איז דער סאַמע מאָדנע פּלאַץ אױף דער װעלט‟ — האָט איינער פֿון די סטודענטן, מנחם האָניג, דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, און דערנאָך צוגעגעבן מיט אַ ברייטן שמייכל — „און איך האָב עס שטאַרק ליב!‟
פֿון זײַן נאָמען אַליין קען מען זיך אָנשטויסן אַז „ייִדיש־פֿאַרם‟ איז אַן אָרט, וווּ מע קומט זיך צו לערנען ייִדיש און זיך פֿאַרנעמען מיט פֿאַרמאַרבעט; אַ מאָל — אין פֿעלד, אַ מאָל — אין גאָרטן; אַ מאָל — אין קיך. אָבער דער עיקר — אַחוץ דעם װיכטיקסטן כּלל, אַז מע טאָר נישט רעדן קיין ענגליש — איז צו בױען אַ „לענדל‟, וווּ חסידים און װעלטלעכע ייִדן קענען עסן בײַם זעלבן טיש. אין איין טאָג אױף דער פֿאַרם, װאָלט נישט געװען קיין גרױסער חידוש, צו זען אַ בחור מיט אױעררינגלעך, אַ העמד אָן אַרבל, שװאַרצע קורצע הױזן, און אַ פּאָר שעה שפּעטער, קומען אָן דרײַ אױטאָבוסן אָנגעפּאַקט מיט חסידישע קינדער אױף אַן אַרױספֿאָר. אױף דער „ייִדיש פֿאַרם‟ ריכט מען זיך אױפֿן אומגעריכטן.
װי אַ מיטאַרבעטערין אױף דער פֿאַרם דעם זומער, האָב איך געפֿרעגט ישׂראל באַס, דער איצטיקער אָנפֿירער, װי אַזױ האַלט ער אָן דעם דעליקאַטן באַלאַנס צװישן דעם פֿרומען און פֿרײַען עולם. האָט ער געענפֿערט ערלעך אַז ס׳איז אַ „מוראדיק שװערע אַרבעט‟ ווײַל ס׳איז קיין מאָל נישט גענוג שטרענג אָדער גענוג בײגעװדיק צו באַפֿרידיקן ביידע אידעאָלאָגישע עקסטרעמען. בלויז מענטשן װאָס פֿילן זיך באַקװעם „ערגעץ אין מיטן‟ קענען זײַן צופֿרידן. פֿון דעסט װעגן, איז דאָס פֿילן זיך שטענדיק באַקװעם אפֿשר נישט די בעסטע זאַך אין אַזאַ פֿאַל. דערפֿאַר זאָגט ישׂראל ווײַטער: „אַבי יעדער גלײַך איז אומבאַקװעם — סײַ די פֿרײַע, סײַ די פֿרומע — האָבן מיר עפּעס אויפֿגעטאָן װאָס אַנדערע פּלעצער קענען נישט. אין אַ געװיסן זינען, איז דאָס דער איינציקער פּלאַץ אױף דער װעלט װאָס אַזוי פֿיל טיפּן מענטשן קומען זיך צונויף.‟
דער רעליגיעזער אַספּעקט פֿון ייִדישקייט איז אַ װיכטיקער טײל פונעם טאָגטעגלעכן לעבן אױף דער פֿאַרם, און דאָס זעט זיך ספּעציעל אָן יעדן שבת. כּמעט אַלע סטודענטן האָבן באַמערקט, אַז זייערע באַליבטסטע זכרונות פֿון דעם זומער האָבן זיי טאַקע פֿון די שבתים דאָ.
אסתּר דימענט, כאָטש זי װױנט אין אן אָרט אין אױסטראַליע מיט זייער װייניק ייִדן, און האָט װייניק מעגלעכקייטן צו פּראַװען שבת, זאָגט אַז עס געפֿעלט איר שטאַרק צו פּראַווען שבת אױף דער פֿאַרם ווײַל „מיר אַלע אַרבעטן אַזױ שװער די גאַנצע װאָך, און פּלוצלינג װערן מיר אױסגעפּוצט אין עסיק און אין האָניק, און מיר אַלע זעען אויס אַזױ שיין, אַז עס דאַכט זיך מיר, אַז די ליכט איז דעמאָלט עפּעס אַנדערש אױף דער פֿאַרם.‟
חנה מאַזאָר, איינע פֿון אונזערע לערערס אױף דער פֿאַרם, זאָגט אויך, אַז שבת איז פֿון אירע באַליבטסטע מאָמענטן אױף דער פֿאַרם. „די סעודות זײַנען געווען געשמאַק. מיר האָבן געזונגען אַזױ האַרציק, און מיר זײַנען געבליבן אױף אַזױ שפּעט בײַ נאַכט.‟ אַ מאָל האָט מען געטרונקען און געזונגען ביז צוויי אָדער דרײַ אַ זייגער פֿאַרטאָג, און אַפֿילו די פֿרײַע מענטשן, װאָס האָבן אפֿשר אין אָנהייב זיך געפֿילט עפּעס אומבאַקװעם מיטן שבת, האָבן צום סוף גוט פֿאַרבראַכט.
דערצו נאָך איז חנה אַן אױסערגעװיינטלעכע לערערין. זי האָט מיטגעבראַכט אירע דרײַ ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אױף דער פֿאַרם, און בײַ די סטודענטן איז דאָס פֿאַרברענגען מיט קינדער אױף אַ שפּראַך, װאָס מע קען נישט אַזױ גוט, זייער ניצלעך כּדי צו פֿאַרבעסערן דאָס לשון. די סטודענטן האָבן געלאַכט יעדעס מאָל וואָס דאָס דרײַ־יאָריקע ייִנגל סרולי האָט גערופֿן איינעם פֿון זיי בײַם נאָמען, און ווען דער סטודענט האָט אים געפֿרעגט: „װאָס?‟ האָט סרולי אויסגעשריגן: „גאָרנישט!!!‟ דאָס איז שוין געװאָרן אַזאַ שפּיל אויפֿן גאַנצן זומער. הומאָר איז בכלל געווען אַ פֿאַרשפּרייטע זאַך אויף דער פֿאַרם. שבת האָט מען, למשל, אַ מאָל זיך באַגריסט מיט „גוט זשאַבעס!‟ און אונדזער באַליבטסטער אױסדרוק פֿון גאַנצן זומער איז געווען: „פֿרעג נישט!‟ בײַ אונדז האָט עס אָבער נישט געהאַט דעם געוויינטלעך פּעסימיסטישן טאָן; ס׳האָט פּשוט געמיינט, אַז קיינער ווייסט נישט דעם ענטפֿער!
אונדזער היימיש געמיש פֿון חסידות און סעקולערקייט האָט אונדז גוט געדינט נישט נאָר אױף דער פֿאַרם, נאָר אױך ווען מיר האָבן פֿאַרבראַכט ווײַט פֿון אונדזער היימעלע אין גושן. װען מיר האָבן געשפּילט „לײזער טאַג‟ (אַזאַ שפּיל אין כאַפּערלעך, וווּ יעדער טראָגט אַ „ביקס‟ און „שיסט‟ די אַנדערע מיט ליכטשטראַלן), איז חנהס נײַן־יאָריקער זון, מענדי, מיטגעקומען. מיר זענען געפֿאָרן צום פֿאַרווײַלונג־אָרט, וווּ עס קומען פֿאָר די „לייזער טאַג‟ שפּילן, אין אַ שלאָס אינעם שטעטל, טשעסטער. צווישן די שפּילער זענען געווען אויך חסידישע משפּחות. בײַ זיי, האָט מסתּמא אױסגעזען װי מיר, אַ גרופּע יונגע פֿרײַע לײַט, האָבן „פֿאַרכאַפּט‟ אַ חסידיש קינד. איינער פֿון אונדזער גרופּע האָט באַמערקט, אַז אַ צווייט חסידיש ייִנגל האָט געקוקט אױף מענדי מיט חידוש, און אפֿשר אַפֿילו קינאה, ווי ער וואָלט געטראַכט: „װי אַזױ קומט אים אַזאַ מזל צו שפּילן ׳לייזער טאַג׳ מיט אַזאַ לעבעדיקער גרופּע?‟
אָבער מענדי אַליין האָט אויסגעזען פֿאַרזאָרגט, און פּונקט איידער מיר זײַנען אַרײַנגעגאַנגען שפּילן, איז ער אַנטלאָפֿן אין אַן אַנדער ריכטונג. „מענדי!‟ האָב איך אויסגערופֿן און אים נאָכגעלאָפֿן. „װאָס איז דער מער? װילסטו נישט שפּילן מיט אונדז?‟ מיט גרױסע ערנסטע אױגן האָט ער געפֿרעגט: „װען איר װעט מיך שיסן, װעט עס מיך װיי טאָן?‟ אױ נעבעך…
„ניין,‟ האָב איך אים ערסנט געענטפֿערט. „ס׳איז נאָר אַ ליכט װאָס שיסט אַרױס פֿון אונדזערע ביקסן. קום און שפּיל מיט אונדז!‟ נאָך דעם װאָס איך האָב אים צוגעזאָגט אַז ער װעט שטאַרק הנאה האָבן, איז ער צוריקגעקומען. שפּעטער האָט ער געזאָגט, אַז דאָס איז געווען זײַן באַליבטסטער טאָג פֿונעם זומער.
אויך אַ צווייט מאָל דעם זומער האָט מסתּמא אױסגעזען װי אונזער גרופּע האָט „געקידנעפּט‟ אַ פּאָר ייִנגלעך מיט פּאות; װען מיר זײַנען געפֿאָרן מיט חנהס קינדער אין „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אמהערסט און צוריקגעקומען דורכן שטעטל װוּדבאָרן.
ּװוּדבאָרן איז א פּרעכטיק ייִדיש שטעטל אין מיטן װאַלד, װאָס קיינער פֿון אונדז, אחוץ חנה און אירע קינדער, האָט אַ מאָל געזען. די חסידים דאָרטן זײַנען געװען אױף װאַקאַציע, אין „דע קאָנטרי‟, רופֿן זיי עס. מענטשן האָבן געקוקט אױף אונדז װי אַ האָן אין בני־אָדם: דער בחור מיט די אױעררינגלעך, די פֿרױ מיט גאָר קורצע האָר, אַ טייל מענטשן מיט העמדער אָן אַרבל — אַלע רעדן אױף ייִדיש מיט אַזאַ ריינהאַרציקן ענטוזיאַזם!
אַ סך מענטשן זיינען צוגעקומען צו אונדז און געפֿרעגט: „װער זײַט איר? פֿון װאַנען קומט איר?‟ איין חסיד װאָס, ווי ס׳האָט זיך אַרױסגעלאָזט, איז געווען דער זון פון אונדזער לערערס בעל־הביתטע, האָט גערעדט מיט אונדז װעגן זײַן אייגענעם היימישן ייִדיש און װי עס פֿעלט אים אַ מאָל אַ װאָרט. נישט וויסנדיק דאָס וואָרט „לופֿטקילער‟, האָט ער אױסגעטראַכט דאָס װאָרט „קאַלטער לופֿט־מאַכער‟.
נאָך דעם װאָס מיר האָבן געענדיקט אונדזער שפּאַציר אין שטאָט, קוקנדיק אין די געשעפֿטן מיט נעמען װי „באָבעס‟ און „דיֹ כּשרע קרעטשמע‟, האָבן מיר באַשלאָסן צו עסן פּיצע. צוליב דעם וואָס אונדזער קיך אױף דער פֿאַרם איז פֿליישיק, בענקט מען אָפֿט נאָך מילכיקס — האָבן מיר אַלע געשלונגען די פּיצע, און מיר זײַנען אַלע געװאָרן ממש פֿאַרשיכּורט מיטן קעז!
זיצנדיק דאָרט אין דעם פּיצע־רעסטאָראַן אין וווּדבאָרן, נאָך דעם געשמאַקן טאָג אין איינעם, האָבן מיר אַלע דערפֿילט, אַז מיר האָבן דערגרייכט אַ װענדפּונקט, וואָס פֿון דאָרט קענען מיר שוין נישט צוריקגיין.
דערווײַל האָט די פּראָגראַם זיך שוין געענדיקט, און מיר זײַנען זיך אַלע צעפֿאָרן. אויב איר וועט אונדז פֿרעגט: „נו, וואָס וועט זײַן ווײַטער?‟ — וועלן מיר מיט אַ שמייכל אײַך ענטפֿערן: „פֿרעג נישט!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.