פֿאַראַיאָרן האָבן צענדליקער ייִדישיסטן אָנגעפּאַקט דעם צווייטן שטאָק פֿונעם „סאָלאַס‟־באַר אינעם „ווילעדזש‟, כּדי צו פּראַווען דעם נאָוואַטאָרישן אינטערנעץ־זשורנאַל געווידמעט ייִדיש־שטודיעס, „אין געוועב‟.
הײַיאָר, אויף דער פֿײַערונג פֿון דער וועבזײַטס ערשטן געבוירן־טאָג, איז דער עולם געווען קלענער אָבער ווידער זייער לעבעדיק און פֿריילעך.
נישט געקוקט אויף דער רעשנדיקער רעפּ־מוזיק וואָס האָט געדונערט פֿונעם באַר אונטן האָט דער עולם זיך צוגעהערט מיט אינטערעס ווי מינדל כּהן, די נײַע הויפּט־רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל, באַגריסט דעם עולם אויף ייִדיש און האַלט אַ רעדע אויף ענגליש וועגן דעם זשורנאַלס דערגרייכונגען במשך פֿון זײַן ערשטן יאָר.
מינדל, די געוועזענע רעדאַקטאָרשע פֿאַר איבערזעצונגען אויף דער וועבזײַט, האָט באַגריסט אַלע מענטשן אין עולם, וואָס האָבן צוגעהאָלפֿן דעם זשורנאַל דורכן אַרײַנשיקן אַרטיקלען, איבערזעצונגען, בלאָג־פּאָסטן, אינטערוויוען וכדומה. זי, צוזאַמען מיט ד׳׳ר שאול זאַריט, דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין „האַרוואַרד־אוניווערסיטעט‟, וואָס האָט געגרינדעט דעם זשורנאַל צוזאַמען מיט ד׳׳ר איתן קענסקי (זאַריט ווערט איצט אַ מין עמעריטירטער רעדאַקטאָר, און קענסקי דינט ווי דער פּרעזידענט פֿונעם זשורנאַלס עקזעקוטיווע) האָבן בפֿירוש באַטאָנט דעם גרויסן דערפֿאָלג פֿון די איבערזעצונגען, וואָס דער זשורנאַל איז מסוגל אַרויסצוגעבן. כּדי צו ווײַזן די קוואַליטעט פֿון דער ליטעראַרישער אַרבעט האָט מען פֿאַרבעטן צוויי איבערזעצערינס, מײַיאַ עווראָנאַ און רויז וואַלדמאַן פֿאָרצולייענען פֿון ליטעראַרישע ווערק, וואָס זיי האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אין „אין געוועב‟.
עווראָנע, אַ יונגע פּאָעטעסע וואָס זעצט אויך איבער ליטעראַרישע ווערק פֿון שפּאַניש און העברעיִש, האָט רעציטירט צוויי לידער פֿון יוסף קערלער סײַ אויף ייִדיש, סײַ אין איר ענגלישער איבערזעצונג. זי האָט אויך רעציטירט אַ ליד פֿון אַבֿרהם סוצקעווער אויף ביידע שפּראַכן. עווראָנאַס איבערזעצונגען פֿון סוצקעווערס לידער ווערן שטאַרק אָפּגעשאַצט דורך די קענער פֿון פּאָעזיע: פֿאַראַיאָרן האָט זי באַקומען אַ חשובֿע סטיפּענדיע פֿון דער „נאַציאָנאַלער עולמות־פֿאָנד פֿאַר קונסט‟ (NEA) אונטערצושטיצן אירע איבערזעצונגען פֿון סוצקעווערס לידער.
רויז וואַלדמאַן האָט פֿאָרגעלייענט אַן אויסצוג פֿון חיים גראַדעס ראָמאַן „בית הרבֿ‟ אין איר אייגענער איבערזעצונג. איינע פֿון די סאַמע־טאַלאַנטירסטע איבערזעצער פֿון ייִדישער פּראָזע־ווערק אויף ענגליש, האָט וואַלדמאַן פֿאַרכּישופֿט דעם עולם מיט גראַדעס באַשרײַבונגען פֿון די קאָנפֿליקטן צווישן די מיטגלידער פֿון אַ רבנישער משפּחה. איר איבערזעצונג, וואָס איז לכתּחילה דערשינען אין „אין געוועב‟, צייכנט זיך אויס מיט איר נאַטירלעכן באַנוץ פֿון לשון־קודשדיקע טערמינען אויף ענגליש, וואָס ווערן גענוצט אויף אַזאַ אופֿן, אַז דער לייענער וואָס ווייסט גאָרניט וועגן דער וועלט פֿון תּורה וואָלט געקענט פֿאַרשטיין זייער באַטײַט.
נאָך די צוויי איבערזעצערינס איז אויפֿגעטראָטן דניאל קאַהן מיט אַ ציקל געזאַנגלידער אויף ייִדיש און ענגליש. די לידער, וואָס ער רופֿט אָן „איבערגעזעצטע אַדאַפּטאַציעס‟ נעמען אַרײַן סײַ ייִדישע לידער וואָס ער האָט איבערגעזעצט אויף ענגליש, סײַ ענגלישע און דײַטישישע לידער, וואָס ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש. אַ מײַסטערישער איבערזעצער פֿון געזאַנגלידער, האָט קאַהן פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט זײַנע נוסחאָות פֿון לידער פֿון חנה קופּער, אַבֿרהם סוצקעווער, דוד איידלשטאַדט און נאָך. ער האָט אויך געגעבן אַ מין „פֿאָרויס־ווײַזונג‟ פֿון אַ נײַער איבערזעצונג זײַנער, אַ ייִדישער נוסח פֿון לענאָרד כּהנס באַרימט ליד „הללויה‟. דאָס ליד האָט שטאַרק אימפּאָנירט דעם עולם, וואָס איז דאָך אַ שווערע עובֿדה, ווען מע נעמט אין באַטראַכט דעם פֿאַקט, אַז די מענטשן אין זאַל האָבן אַ סך פּראַקטיק מיטן אָפּשאַצן די קוואַליטעט פֿון איבערזעצונגען.
בעת קאַהן האָט געזונגען האָט געדונערט עפּעס אַן אָנשיקעניש פֿון קאַניע וועסטס אַ ליד מיט גאָר אַ שטאַרקן באַס. קאַהן האָט זיך געוויצלט, אַז דער צוזאַמענשטויס צווישן די צוויי לידער איז אפֿשר געווען אַ סימבאָל פֿאַרן מצבֿ, אין וועלכן די וועלט פֿון ייִדיש־שטודיעס געפֿינט זיך הײַנט. דאָס הייסט, מע דאַרף שטרעבן קעגן דעם גערודער פֿון דער דרויסנדיקער וועלט און זיך פֿעסט אײַנהאַלטן, כּדי מע זאָל קענען געהעריק אָפּשאַצן די ייִדישע קולטור.
דער אָוונט, באמת אַ געלונגענער, האָט אַזוי ווי „אין געוועב‟ אַליין, צוגעצויגן אַ פֿאַרשידנאַרטיקן אָבער דורכויס יונגן עולם ליבהאָבער פֿון ייִדיש. ער האָט געוויזן אַז דער זשורנאַל דינט ניט בלויז ווי אַן אָרט וווּ מע קען אַרויסגעבן וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן וועגן ייִדיש אין דער דיגיטאַלער ספֿערע, נאָר אויך ווי ממש אַ קהילה פֿון יונגע אוהבֿי־ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.