ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

די אַלטע באָבאָווער שיל
Wikimedia Commons
די אַלטע באָבאָווער שיל

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published August 16, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די מיסיאָנערישע „פֿונדאַציאַ פּאָלאָניאַ”

די גרויסע ישׂאלדיקע צײַטונג „מעריבֿ” באַריכטעט, אַז די „פֿונדאַציאַ פּאָלאָניאַ” אָרגאַניזירט אַ מאַרש אין קראָקע דעם 11טן סעפּטעמבער. אין דעם טאָג, 1939, האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה.

מיט 700 יאָר צוריק זענען די ייִדן געקומען קיין קראָקע און האָבן במשך פֿון הונדערטער יאָרן באַרײַכערט די שטאָט מיט אמונה און קולטור, דערקלערן די מיטגלידער פֿון דער „פֿונדאַציאַ פּאָלאָניאַ”.

היות ווי סעפּטעמבער איז לויטן ייִדישן לוח חודש אלול, דער חודש פֿון סליחות, ווילן די מיטגלידער פֿון דער פּויליש־דײַטשישער פֿונדאַציע בעטן מחילה בײַ דער ייִדישער קהילה אין קראָקע פֿאַר דער אומבאַרעכטיקטער שׂינאה מצד די גויים במשך פֿון דורות, און פֿאַרן שרעקלעכן חורבן אין די מלחמה־יאָרן.

אַלץ קלינגט, דאַכט זיך, זייער שיין. די ייִדישע לייענער קענען ממש אימפּאָנירט ווערן פֿון אַזאַ מין האַרציקער באַציִונג לגבי ייִדן. סע דאָ אָבער נאָר איין פּראָבלעם מיט דער דאָזיקער פֿונדאַציע. אַז מען לייענט איבער די קליינע אותיות, זעט מען, אַז זי די דאָזיקע פֿונדאַציע איז אַ גרופּע פֿון די אַזוי גערופֿענע „מעסיאַנערישע ייִדן”, דהײַנו .JEWS FOR JESUS

זייער מיסיע איז צו דערנענטערן גויים צו ייִדן, ווײַל יעזוס אַליין איז דאָך געווען אַ ייִד. נו, און אויב מען קען אויך דערנענטערן ייִדן צו יעזוסן איז אַדרבא. הכּלל, מיט די גויים איז אַזוי: עס זײַנען אַזעלכע, וואָס האָבן אונדז פֿײַנט, און אַנדערע, וואָס האָבן אונדז ליב.

גאָר ווייניק אָבער האָבן בדעה צו לאָזן אונדז צו רו.


די אַלטע באָבאָווער שיל

ווי מיר האָבן באַריכטעט, האָט דער וועד פֿון די ייִדישע קהילות פֿאַרקויפֿט דאָס בית־מדרש אין קאָנין, און די נײַע באַלעבאַטים, די פֿירמע „אַנימאַל”, האָבן אים צעשטערט. זיי האָבן בדעה צו בויען אַ מין „סופּערמאַרקעט” אויף זײַן אָרט און פֿאַרקויפֿן דאָרט שפּײַז פֿאַר חיות.

דער אַזוי גערופֿענער „קאָנסערוואַטאָר פֿון היסטאָרישע בנינים אין פּוילן” האָט דערקלערט, אַז דער בנין איז געווען אונטער זײַן שוץ. הייסט עס, אַז מען האָט אים ניט געטאָרט חרובֿ מאַכן.

ווי זאָגט מען עס? הײַנט איז שוין נאָך נעילה.

די באָבאָווער שיל האָט אָבער מער מזל. דאָס שטעטל באָבאָוו געפֿינט זיך אין דרום־פּוילן, וואָס איז מסתּמא דער שענסטער טייל פֿון לאַנד. אָבער מזל האָט די באָבאָווער שיל נישט נאָר צוליב די שיינע אַרומיקע בערג, נאָר צוליב דעם, וואָס די באָבאָווער רבנישע דינאַסטיע האָט איבערגעלעבט די מלחמה. די באָבאָווער חסידים קומען פֿון אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל קיין באָבאָוו ביזן הײַנטיקן טאָג. זיי וואָלטן נישט דערלויבט, אַז די שיל, וווּ די צדיקים פֿון זייער דינאַסטיע האָבן געדאַוונט, וואָלט געהאַט אַזאַ בידנעם סוף.

בכלל, איז די באָבאָווער שיל זייער אַן אַלטע און זייער אַ שיינע. זי איז 238 יאָר אַלט און וווערט גערעכנט ווי אַן אַטראַקציע נישט נאָר פֿאַר די ייִדישע טוריסטן.

איצט מאַכט די פּוילישע צײַטונג „גאַזעטאַ קראַקאָווסקאַ” אַן אַנקעטע. אירע לייענערס דאַרפֿן ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, וואָס איז אַזוינס די שענסטע טוריסטישע אַטראַקציע אין דער געגנט אַרום קראָקע. די באָבאָווער שיל שטייט אויף דער רשימה פֿון די טוריסטישע אַטראַקציעס. אין אַ חודש אַרום וועלן מיר זיך דערוויסן, אויב די חנוודיקע באָבאָווער שיל איז די געווינערין פֿונעם דאָזיקן טשיקאַוון פֿאַרמעסט.


די הײַנטיקע און אַמאָליקע שטאָט בענדין

לאָמיר בלײַבן אין דרום־פּוילן. די שטאָט בענדין איז געווען זעכציק פּראָצענט ייִדיש פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ווי אין אַ סך פּוילישע שטעט און שטעטלעך האָבן דאָס רובֿ בענדינער ייִדן נישט געדאַוונט אין קיין שיל, נאָר אין קליינע שטיבלעך.

אין בענדין האָט מען לעצטנס רעמאָנטירט דרײַ שטיבלעך און די טוריסטן קענען זיי איצט באַזוכן. דאָס שענסטע שטיבל איז, מסתּמא, דאָס שטיבל פֿון דער מזרחי־פּאַרטיי, דהײַנו, די רעליגיעזע ציוניסטן.

דאָס שטיבל האָט פּרעכטיקע וואַנט־מאָלערײַען מיט בילדער פֿון מוטער רחלס קבֿר, אַבֿשלומס קבֿר (יד אַבֿשלום), דער כּותל־מערבֿי און אַנדערע. עס זענען אַפֿילו דאָ בילדער פֿון תּל־אַבֿיבֿ, למשל, די הערצל־גאַס, ווי עס פּאַסט פֿאַר א ציוניסטישער פּאַרטיי.

איר קענט גיין שפּאַצירן אין די אַמאָליקע ייִדישע גאַסן פֿון בענדין און לייענען שילדן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע וואַרשטאַטן, וואָס די שטאָט האָט רעמאָנטירט. צווישן זיי געפֿינט איר אַ שילד פֿון דער פּעלץ־פֿאַבריק פֿון ל. גאָלדשטיין — די גרעסטע אין גאַנץ פּוילן.

בענדין האָט באַרימטע טעכטער און זין, דאָס רובֿ ייִדן. צווישן זיי געפֿינט מען רות לאַסקיער, די פּוילישע אַנאַ פֿראַנק, די טאַטע־מאַמע פֿון זשאַן-מאַרי לוסטיגער, דער פֿראַנצויזישער קאַרדינאַל, ווי אויך די עלטערן פֿון מאַרסעל מאַרסאָ (אייגנטלעך, מאַרסעל מאַנגעל) דער גרויסער פֿראַנצויזישער פּאַנטאָמימע־קינסטלער און אַנדערע.