די געשיכטע פֿון דער אַשכּנזישער העברעיִשער קולטור (אין דעם מאָדערנעם זינען) ציט זיך, זינט די טעג פֿון משה מענדעלסאָן אין בערלין, שוין אָט איבער צוויי הונדערט און פֿופֿציק יאָר. מיטן אויפֿקום פֿון ציוניזם האָבן די ציוניסטן געהאַלטן, אַז העברעיִש קען זיך אַנטוויקלען רק אין ארץ־ישׂראל. צוליב דעם אָבער, וואָס כוואַליעס ישׂראלים ציִען זיך אין די לעצטע יאָרצענדליקער אַרויס פֿון מדינת־ישׂראל און באַזעצן זיך אין אַנדערע מקומות, איז נאַטירלעך, אַז אַ נײַע קולטורעלע פּראָדוקציע זאָל אַרויסקומען דווקא פֿון אָט די נײַע גלותדיקע ישׂראל־קהילות.
מיטן אַוועקפֿאָרן ווערן אויך די אַלט־נײַע אידעאָלאָגיעס באַנײַט און געבוירן. דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם ערשטן נומער פֿונעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל „מכּאן ואילך“ (פֿון דאַנען און ווײַטער), „צײַטשריפֿט פֿאַרן תּפֿוצותדיקן העברעיִש“ אונטער דער רעדאַקציע פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי. זײַענדיק אינספּירירט פֿון אַזעלכע געלערנטע ווי שמעון דובנאָוו, וואָס האָט געהאַלטן, אַז „אַזוי ווי עם־ישׂראל איז אַ וועלט־פֿאָלק איז אויך העברעיִש אַ וועלט־שפּראַך” (ז’ 12); און שמעון ראַווידאָוויטש, וואָס ווערט באַהאַנדלט אין אַ באַזונדערן אַרטיקל, — פֿרעגט חבֿר־כיבאָווסקי אין זײַן הקדמה אָפּ, אַז העברעיִש באַלאַנגט נאָר צו איין געוויסער טעריטאָריע.
ווײַטער מאַכט חבֿר־כיבאָווסקי מבֿטל, מיט מאַקס ווײַנרײַכס און שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטשעס הילף, די טענה, אַז העברעיִש איז געווען אַ טויטע שפּראַך; ווײַל כּל־זמן עס לעבן די גאָט־פֿאָרכטיקע ייִדן, לעבט אויך די העברעיִשע שפּראַך. און אויב זי איז קיינמאָל נישט געווען אַ טויטע, קען מען נישט זאָגן, אַז מע האָט זי שפּעטער געדאַרפֿט אויפֿלעבן. דער באַגריף „תּפֿוצותדיקער העברעיִש”, וואָס ליגט אין דעם עצם־מהות פֿון דער צײַטשריפֿט, הייסט דאָ „דער מינערדיקער, היברידישער און העטראָגענישער העברעיִש.” דער סאָרט העברעיִש, וואָס ווערט דערמעגלעכט, אַ דאַנק דער „טאָפּלקייט צווישן דעם אָרטיקן און איבער־אָרטיקן בײַזײַן פֿון דעם העברעיִש”, וואָס ווערט געשריבן דורך מחברים פֿון ניו־יאָרק, לאָס־אַנדזשעלעס, פּאַריז, וואַרשע, און בערלין. איינצײַטיק געהערט די שפּראַך אי צו דער אָרטיקער דאָמינירינדיקער נאַציאָנאַלער קולטור, אי צו דער העברעיִשער טראַנסנאַציאָנאַלער.
נישט צופֿעליק הערן זיך די דאָזיקע געדאַנקען באַקאַנט צו די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווי די שפּראַך פֿון אַשכּנזישע ייִדן אין אַלע זייערע תּפֿוצות. די צײַטשריפֿט קומט אַרויס אין דער ייִדישיסטישער אַכסניה פֿון „מעדעם־ביבליאָטעק”, וווּ חבֿר־כיבאָווסקי דינט ווי דירעקטאָר. ער באַטאָנט, אַז „דער העברעיִסטישער פּראָיעקט… זעט זיך ווי אַ רינג אין דער היסטאָרישער שותּפֿות־קייט צווישן העברעיִש און ייִדיש… זײַן אַרויסגעבן אין בערלין און פּאַריז זאָגט עדות צו דעם אָפּזאָג, אָדער צו דער אוממעגלעכקייט, פֿון אָט די וואָרצלען [פֿון ייִדיש און העברעיִש אין אייראָפּע] עוקר־מן־השורש צו זײַן.” (ז’ 19).
די צײַטשריפֿט באַשטייט פֿון לאַנגע אַרטיקלען און קירצערע עסייען, פּראָזע, דיכטונג, און איבערזעצונגען, געמאַכט דורך די ישׂראלים און העברעיִש־באַהאַוונטע פֿון איבער דער מערבֿ־וועלט. די טיטלען און נעמען פֿון די מחברים ווערן פֿאַרשריבן אין אַ עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש.
די סעקציע מאמרים נעמט אַרײַן צוויי איבערגעזעצטע טעקסטן פֿון ענגליש, פֿון דניאל בויאַרין און עדואַרד סאַיִד. בויאַרין ניצט אַ מעשׂה פֿון „ספֿר הקבלה” (12סטן י״ה), פֿאָרצולייגן זײַן טעאָריע פֿון די ייִדישע תּפֿוצות, וואָס דער רעדאַקטאָר אָנערקענט ווי אַ טיפֿע השפּעה אויף דער צײַטשריפֿט גופֿא. די ייִדישע תּפֿוצות האָבן נישט קיין צענטער; זיי זענען נישט פֿאַרלייגט געוואָרן דורך אַ טראַוומע, דאָס בוך (אין דעם פֿאַל דער „תּלמוד”) דינט למעשׂה ווי אַ נײַער צענטער. סאַיִדס טעקסט „דער אינטעלעקטועלער גלות”, באַשעפֿטיקט זיך מיט דער עקסיסטענציאָנעלער טאָפּלקייט פֿונעם פֿאַרטריבענעם אינטעלעקטואַל, ווי למשל, טעאָדאָר אַדאָרנאָ, וואָס „איז נוטה צו זײַן פֿריידיק פֿונעם געדאַנק צו זײַן נישט פֿריידיק.” (ז’ 40).
טשיקאַווע זענען אויך דוד־נתן מײַערס עסיי וועגן שמעון ראַווידאָוויטש (1896-1957), אַ העברעיִסט, וואָס האָט זיך טעטיק אַנטקעגנגעשטעלט דעם ציוניסטישן באַלעבאַטעווען איבער דער העברעיִשער קולטור; אלעד לפּידותס דעקאָנסטרוקציע פֿונעם באַגריף „לשון הקודש”, וואָס נעמט אַרײַן אַן אינטערעסאַנטן קריטישן אַנאַליז פֿון גלעד צוקערמאַנס „ישׂראלית” (זײַן אופֿן אָנצורופֿן די הײַנטיקע גערעדטע שפּראַך פֿון ישׂראלים); און עפֿרי אילניס קוק אויף די השפּעות פֿון דער דײַטשער קריסטלעכער פּאָעזיע איבער די סאַמע ערשטע משׂכּילישע העברעיִשע פּאָעטן אין דײַטשלאַנד.
דער ליטעראַרישער טייל איז כּולל פֿיר קורצע דערציילונגען (דרײַ אָריגינעלע און איין אין אַן איבערזעצונג), און זעקס פּאָעטישע ווערק פֿון באַקאַנטע שרײַבערס ווי סאַמי שלום שעטריט, פּאול צעלאַן און זשיל ראָזיע. יער חבֿרס אַ קורץ ליד „וווּ אויס און וווּ אײַן” דריקט אויס דעם אַלגעמיינעם פֿאָקוס פֿונעם זשורנאַל מיטן ענין שפּראַך און פֿיל־פּנימדיקייט:
לאַנד, שטאָט און גאַס
קוקן אויף דער לבֿנה
קוקט אויף זיי.
דער שטאַם פֿונעם לשון אינעם מויל.
דער שטאַם פֿונעם מענטשן אין דער מאַמען.
ווער זענען די לייענער פֿון דער נײַער צײַטשריפֿט? צי זאָל מען אַ ביסל בענקען נאָך די היסטאָרישע קינאה־שׂינאה באַציִונגען צווישן ייִדיש און העברעיִש, אינעם זינען פֿון אַ געזונטער קאָנקורענץ? צי ווערן מיר עדות צו אַ הײַנטיקן פּאָסט־מאָדערנעם גילגול פֿון נוסח־השׂכּלה? וואָס לגבי דעם, אַז די אויסגאַבע איז אומצוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, אַ פֿאַקט וואָס מע קען באַגרײַפֿן ווי אַ ביסל אַנאַכראָניסטיש און עליטאַריש? דאַכט זיך, אַז מע דאַרף זיך נישט אײַלן מיט די ענטפֿערס און מסקנות. זאָל מען בעסער אַרויסקוקן אויף דעם צווייטן און דריטן נומער פֿון אָט דער זייער אינטערעסאַנטער צײַטשריפֿט, וואָס בעט זיך ממש אַרויסגעגעבן צו ווערן אין דעם הײַנטיקן קולטורעל־פּאָליטישן קלימאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.