ס׳איז ניט קיין סוד, אַז ס׳איז אַמאָל שווער צוציִען סטודענטן צום לערנען זיך ייִדיש אין די אוניווערסיטעטן. צוליב דעם וואָס די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע געפֿינט זיך שוין אַ יאָרצענדליק אויף צרות, פֿאַרשרײַבן זיך ווייניקער סטודענטן אויף די קורסן פֿון הומאַניטאַרע לימודים, ווײַל מע האָט מורא, אַז די וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע „אומפּראַקטישע‟ שטודיעס ווי געשיכטע אָדער ליטעראַטור, וועלן שפּעטער ניט קענען געפֿינען קיין פּאַסיקע שטעלעס נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט. אין אַזאַ מצבֿ געפֿינען זיך די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן; ס׳זענען יאָ דאָ גענוג בעלנים צו לערנען זיך ייִדיש במשך פֿונעם זומער, אָבער ניט קיין סך, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש במשך פֿונעם לערן־יאָר, ווײַל די סטודענטן וואָלטן דאַרפֿן פֿאַרלירן די געלעגנהייט זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף אַ מער „פּראַקטישן‟ קורס, איידער צו פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש.
כּדי צו געבן די סטודענטן אין „קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט‟ און אין אַ ריי אַנדערע אַקעדעמישע אינסטיטוציעס וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אים (דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, „באַרנאַרד־קאָלעדזש‟, די שול פֿון אינזשעניריע, די שול פֿאַר גראַדויִר־שטודיעס אאַ׳׳וו) אַ גרעסערע איניציאַטיוו צו לערנען זיך ייִדיש, האָט די אָרטיקע פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס לעצטנס אַנאָנסירט אַ נײַע סטיפּענדיע־פּראָגראַם. די „קאַדאַר‟־סטיפּענדיע, וואָס ווערט אונטערגעשטיצט דורך דער „משפּחה־לעווין־פֿונדאַציע‟ און דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון נעמי קאַדאַר‟ וועט דעקן די הוצאָות פֿון ביז זעקס סטודענטן, וואָס וועלן זיך לערנען ייִדיש אויף דער זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם „תּל־אָבֿיבֿער־אוניווערסיטעט‟, און פֿאַרן פֿאָרן אויף אַ וואָך קיין פּוילן, מיטן תּנאי, אַז די סטודענטן מוזן פֿון פֿריִער צוזאָגן, אַז זיי וועלן זיך לערנען ייִדיש במשך פֿון דרײַ זמנים אין ניו־יאָרק. דאָס הייסט, אַז די „קאַדאַר‟־סטיפּענדיאַטן וועלן דאַרפֿן אָדער זיך לערנען ייִדיש במשך פֿון איין זמן, דערנאָך פֿאָרן אויף דער זומער־פּראָגראַם אין תּל־אָבֿיבֿ, און דערנאָך נעמען צוויי זמנים ייִדיש, ווען זיי קומען צוריק קיין ניו־יאָרק; אָדער שטודירן ייִדיש במשך פֿון צוויי זמנים פֿאַר דעם וואָס זיי פֿאָרן אויף דער זומער־פּראָגראַם אין תּל־אָבֿיבֿ, און דערנאָך לערנען זיך ייִדיש נאָך אַ זמן אין ניו־יאָרק. אַזוי אַרום וועלן די סטודענטן פֿאַרענדיקן דעם עקוויוואַלענט פֿון פֿיר זמנים ייִדיש אויפֿן חשבון פֿון זייער סטיפּענדיע. די סטודענטן וועלן אויך דאַרפֿן דערנאָך האַלטן אַן עקזאַמען, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז זיי האָבן זיך גוט אויסגעלערנט די שפּראַך.
כאָטש די פֿאַראינטערעסירטע סטודענטן מוזן ניט אַרײַנשיקן קיין אַפּליקאַציע ביז מאַרץ, דאַרפֿן זיי אָנהייבן טראַכטן וועגן די קורסן, וואָס זיי וואָלטן געוואָלט נעמען אין די קומענדיקע זמנים, כּדי צו באַקומען די סטיפּענידע. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט צו ד׳׳ר אַגניעשקאַ (אַגי) לעגוטקאָ אויפֿן אַדרעס a.legutko@columbia.edu.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.