דאָנערשטיק, דעם 11טן אויגוסט, איז נאָך 22 יאָר אָנגעשטרענגטער אַרבעט, אידענטיפֿיצירט געװאָרן דעם נאָמען פֿון דעם 85סטן קרבן פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. זײַן נאָמען איז אַוגוסטאָ דניאל כעזוס, אַ 20־יאָריקער בחור, װאָס איז דעם 19טן יולי 1994 געקומען אין קהילה־בנין זיך פֿאַררעגיסטרירן צו באַקומען אַרבעט. זײַן מאַמע איז אויך אומגעקומען, אָבער גלײַך אידענטיפֿיצירט געװאָרן. די מינימאַלע רעשטן זײַנען נאָך אַ לאַנגער אַרבעט פֿון פֿאַרשיידענע װיסנשאַפֿטלעכע דעפּאַרטאַמענטן — בײַם געריכט און מעדיצינישן פֿאַקולטעט — באַשטימט געװאָרן װי פֿון דעם אומגעקומענעם בחור. װײַל זיי האָבן נישט געהאַט קיין קרובֿים און קיינער האָט נישט געמאָלדן וועגן זײַן פֿאַרלוסט, איז אוממעגלעך געװען צו געפֿינען זײַן נאָמען. אַזוי איז געשלאָסן געװאָרן איינער פֿון די טראַגישע קאַפּיטלען, װאָס זײַנען דערעפֿנט געװאָרן מיט 22 יאָר צוריק.
לויִס דעליאַ, אַ פֿאַרברענטער אָנהענגער פֿון דער פֿריִערדיקער רעגירונג, װאָס װערט פֿאַררעכנט װי אַ פֿאַרמיטלער פֿון איראַנישן רעזשים מיט אַרגענטינער געשעפֿט־לײַט, איז פֿאַרמישפּט געװאָרן מיטװאָך דעם 10טן אויגוסט איבער אַנטיסעמיטישע אויסדרוקן אין זײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם. דער טריבונאַל װעט אַרויסטראָגן די שטראָף די קומענדיקע טעג. די קהילה־קרײַזן האַלטן דאָס װי אַ נצחון נאָך איבער צװיי יאָר באַמיִונגען.
דעם זעלביקן טאָג האָט דער ריכטער דאַניאל ראַפֿעקאַס דערעפֿנט די אויספֿאָרשונג, װאָס דער פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן האָט אָנגעהויבן נאָך פֿאַר זײַן טויט. ראַפֿעקאַס האָט שוין צװיי מאָל געהאַט איבערגעטראָגן אָט־די באַנײַונג, אָבער דאָס מאָל האָט ער דערקלערט, אַז די נײַע דאָקומענטן, װאָס דער איצטיקער פּראָקוראָר ריקאַרדאָ סאַענז האָט צוגעשטעלט, דאַרפֿן גענומען װערן אין באַטראַכט. די יורידישע און ייִדישע קרײַזן האַלטן, אַז סוף־כּל־סוף װעט מען קענען געפֿינען אַ שײַכות צװישן דעם דורכגעפֿאַלענעם אָפּמאַך מיט איראַן און ניסמאַנס טויט. דאָך האָבן די פּעראָניסטישע קרײַזן, װאָס שטיצן די געװעזענע פּרעזידענטין קריסטינאַ קירכנער, דערקלערט זייער אומצופֿרידנקייט מיט די שריט.
אין דער יורידישער שול פֿון דעם בוענאָס־אײַרעסער פֿאַקולטעט איז פּרעזענטירט געװאָרן דאָס בוך „אַמיאַ־בוענאָס־אײַרעסער קהילה־באַריכט פֿונעם מישפּט און אויספֿאָרשונג וועגן אַטענטאַט 1994־2015”. די אַרבעט איז צוגעשטעלט פֿון מיגעל בראָנפֿמאַן, װאָס האָט גערעדט װעגן די שװעריקייטן, מיט װעלכע ער האָט זיך אָנגעטראָפֿן אין זײַן אַרבעט. ער האָט דערמאָנט וועגן די טונקעלע אַספּעקטן, װאָס דאַרפֿן נאָך אויפֿגעדעקט װערן בפֿרט איצט, װען מען האָט באַזײַטיקט די אַרגענטינער שפּיאָנען. זיי האָבן געטאָן אַלץ מען זאָל גאָרנישט קענען דערגרייכן. די פּראָפֿ′ מאַריאַ אַנכעלעס געלי האָט אין איר עקספּאָזע אָנגעװיזן אויף די יורידישע אַספּעקטן, װאָס די ריכטערס האָבן פֿאַרזען. דער פֿילאָזאָף סאַנטיאַגאָ קאָװאַדלאָף האָט, פֿון זײַן זײַט, אונטערגעשטראָכן די מאָראַלישע מאָטיװירונגען, װאָס גיבן נישט צו פֿאַרלאָזן די אויספֿאָרשונג. דער ראש־הקהל, לעאָנאַרדאָ כמעלניצקי, װאָס איז נאָך אַ לאַנגער צײַט איבער געזונט־טעמים צוריק אַקטיװ געוואָרן, האָט גערעדט װעגן זײַנע איבערלעבונגען אין די לעצטע 20 יאָר. מיטן אָװנט האָט אָנגעפֿירט דער זשורנאַליסט דניאל סאַנטאָראָ, װאָס האָט שוין אַרויסגעגעבן אַ פּאָר ביכער אויף דער טעמע און איז געװען פֿון די ערשטע, װעלכער האָט פּובליקירט, אַז די שפּיאָנען פֿאַרדעקן בכּיװן די אויספֿאָרשונג. דער הויפּטזאַל פֿון דער שיל איז געװען איבערגעפֿולט. אַ סך סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן האָבן זיך אין דער אונטערנעמונג באַטייליקט.
דעם 11טן אויגוסט איז אין דער פּראָװינץ קאָרדאָבאַ, 700 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס, אָרגאַניזירט פֿון דער „דאַיאַ”, צוזאַמען מיטן ירושלימער אוניװערסיטעט און יד־ושם, פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר װעגן חורבן פֿאַר אָרטיקע לערערס פֿון אָנהייב־ און מיטלשולן, סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן פֿונעם נאַציאָנאַלן און קאַטוילישן אוניװערסיטעט. אָנגעפֿירט מיט די װאַרשטאַטן האָט דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער פּראָפֿ′ יאָסי גאָלדשטיין, אַן אַרגענטינער געבוירענער. איבער 200 באַטייליקטע האָבן געאַרבעט איבער די היסטאָרישע און דידאַקטישע אַספּעקטן פֿון דער טעמע.
דער דעפּאַרטאַמענט פֿאַר סאָציאַלע שטודיעס בײַ דער „דאַיאַ” האָט אָרגאַניזירט אין די שטעט טוקומאַן און באַהיאַ בלאַנקאַ ספּעציעלע צוזאַמענקומען פֿאַר לערערס פֿון אָרטיקע שולן אַד״ט „דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם”. ד״ר גידאָ מײַזלס האָט אָנגעפֿירט מיט די װאַרשטאַטן. ספּעציעלע טרעפֿונגען אויף דער טעמע — „אַגרעסיעס בײַ דער אַרבעט” און „עקספּלואַטאַציע פֿון קינדער בײַ דער אַרבעט” — זײַנען אויך אַנאַליזירט געװאָרן מיט דער באַטייליקונג פֿון אַדװאָקאַטן און גרעמיאַלע פֿירערס. די צוזאַמענקומען זײַנען אַ טייל פֿון דער מיטאַרבעט פֿונעם ייִשובֿ אין װיכטיקע אַספּעקטן פֿון טאָג־טעגלעכן צוזאַמענלעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.