רחל אױערבאַך פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אינעם „קאַנאָן” פֿון דער חורבן־ליטעראַטור און געשיכטע. אָבער אײנער פֿון די װיכטיקסטע טעקסטן אירע, דאָס טאָגבוך, װאָס זי האָט געפֿירט אין דער װאַרשעװער געטאָ צװישן אױגוסט 1941 און יולי 1942, איז ביז לעצטנס ניט געװען צוטריטלעך. אמת, פֿראַגמענטן פֿונעם דאָזיקן דאָקומענט האָט מען יאָ פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאַרשידענע פּובליקאַציעס. זי אַלײן האָט זײ גענוצט אין אירע אײגענע שריפֿטן.
די ערשטע פֿולע פּובליקאַציע אױף פּױליש, לױטן כּתבֿ־יד, װאָס געפֿינט זיך אינעם װאַרשעװער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט, איז אַרױס ערשט אין 2012. הײַיאָר איז דערשינען אַ נײַע אױפֿלאַגע, װאָס נעמט אַרײַן עטלעכע אַנדערע דאָקומענטן: די זאַמלונג טראָגט דעם טיטל „רחל אויערבאַך. כּתבֿים פֿון דער װאַרשעװער געטאָ”, אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד״ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק.
די נײַע פּובליקאַציע פֿון אױערבאַכס געטאָ־טאָגבוך באַזירט זיך אױף זײער אַ זאָרגזאַמער לעקטור פֿונעם האַנט־געשריבענעם מקור. דאָס איז ניט סתּם אַ פּראָפֿעסיאָנעלער רעדאַקטאָרישער אױפֿטו, נאָר אַ בולטע דעקלאַראַציע פֿון אַ מעטאָדאָלאָגישן פּרינציפּ פֿון דער רעדאַקטאָרן. שימאַניאַק דערקלערט איר צוגאַנג אין דער הקדמה: „בײַם צוגרײטן די דאָזיקע אױסגאַבע האָב איך זיך קודם־כּל געסטאַרעט צו באַזירן זיך אױף דעם מקור. ערשט װען עס איז ניט געװען מעגלעך עפּעס פֿונאַנדערצוקלײַבן, האָב איך זיך פֿאָרזיכטיק געװענדט צו אַנדערע נוסחאָות.”
די דאָזיקע באַמערקונג איז פֿאַרקניפּט מיט אַ טיפֿערער מעטאָדאָלאָגישער קשיא. װאָס איז װיכטיקער פֿאַר אַ פֿאָרשער: דעם מחברס אײגענער װילן, װאָס דריקט זיך אױס אין רעדאַקטאָרישע ענדערונגען, אַלײן געמאַכט אין די שפּעטערע אױפֿלאַגעס, אָדער דער סאַמע אָריגינעלער מקור װי ער איז? שימאַניאַק לײזט די דאָזיקע קשיא גאַנץ קלאָר. פֿאַר איר איז דער מקור־טעקסט װערטפֿול, װי אַ ממשותדיקער „יש”, מיט דער גאַנצער מאַטעריעלער און טעקסטועלער „ניט־שלימותדיקײט” זײַנער.
דער ענין פֿון „שלימותדיקײט” איז זײער חשובֿ און סענסיטיװ דװקא פֿאַר די חורבן־פֿאָרשונגען. אַ סך פֿון די פּובליקירטע דאָקומענטאַלע גבֿית־עדותן, װאָס שטאַמען פֿון די פֿריִערע צײַטן, בפֿרט יענע, װעלכע זײַנען דערשינען גלײַך נאָך דער מלחמה, זײַנען אַזױ אָדער אַנדערש „פֿאַרשענערט און פֿאַרבעסערט” דורך די רעדאַקטאָרן, און אַפֿילו דורך די מחברים אַלײן. דערצו זײַנען געווען עטלעכע סיבות: צומאָל האָט מען געװאָלט פֿאַרבאַהאַלטן געװיסע „ניט שײנע” מאָמענטן; צומאָל, בפֿרט אין די קאָמוניסטישע לענדער, האָט מען געדאַרפֿט צופּאַסן פֿאַקטן צו דער אידעאָלאָגיע; און צומאָל האָט מען געװאָלט מאַכן דעם טעקסט מער „ליטעראַריש”. ניט זעלטן האָט מען פּשוט ניט געקאָנט ריכטיק איבערלײענען אַ שװערן האַנט־כּתבֿ. שימאַניאַק באַמערקט, אַז די נײַע טעכנישע מכשירים קאָנען אָפֿט קומען צונוץ בײַם דעשיפֿרירן ניט־קלאָרע פֿראַגמענטן, אַפֿילו די װערטער, װאָס דער מחבר האָט זיי אַלײן אױסגעמעקט.
„כּתבֿים פֿונעם װאַרשעװער געטאָ” עפֿנט פֿאַרן לײענער נײַע זײַטן פֿון אױערבאַכס מערקװירדיקער פּערזענלעכקײט. זי האָט געפֿירט דעם טאָגבוך פֿאַר זיך, אָבער אין 1942 האָט זי אים איבערגעגעבן עמנואל רינגעלבלום, ער זאָל אים פֿאַרהיטן אין אײנעם מיט אַנדערע מאַטעריאַלן פֿונעם „עונג־שבת”־אַרכיװ. די צװײ טײלן פֿונעם טעקסט דעקן דעם פּעריאָד צװישן דעם 4טן אױגוסט 1941 און דעם 26סטן יולי 1942. אין יענער צײַט איז אױערבאַך געװען אַ פֿאַרװאַלטערין פֿון דער פֿאָלקסקיך אין דער געטאָ. דעמאָלט האָט זי אױך פֿאַרפֿאַסט דעם רױ־נוסח פֿון דער „מאָנאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿאָלקסקיך” אױף ייִדיש, װאָס איז אױך אַרײַן אין דער איצטיקער אױסגאַבע, בײַגלײַך מיט איר בריװ צום שװעסטערקינד מונדעק (מאיר), װעלכער איז פֿאַרבליבן אין לעבמערג. װי אַ בײַלאַגע געפֿינט מען דאָ אױערבאַכס סאַמע באַקאַנטן טעקסט, דעם עלעגישן עסײ „יזכּור”, װאָס זי האָט אָנגעשריבן אין האַרבסט 1943, שױן נאָכן ענדגילטיקן אומקום פֿון דער געטאָ. דער דאָזיקער טעקסט װערט געדרוקט לױטן ערשטן פּױלישן נוסח, װאָס איז דערשינען אין דער צײַטונג „נאַשע סלאָװאָ” אין 1947. די שפּעטערע פּובליקאַציעס, דערקלערט שימאַניאַק, האָט די מחברין אַליין געענדערט.
רחל אױערבאַך איז געװען אַ באַקאַנטע פֿיגור אין דער פּױלישער ייִדישער קולטורעלער סבֿיבֿה. זי איז געבױרן געװאָרן אין אַ קלײן פּאָדאָליש שטעטל אין 1899 (ניט אין 1903, װי עס שטײט אין די „אָפֿיציעלע” ביאָגראַפֿישע ידיעות), האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע, פּסיכאָלאָגיע און געשיכטע אינעם לעבמערגער אוניװערסיטעט. אין לעמבערג האָט זי אָנגעהױבן שרײַבן פֿאַר ייִדישע און פּױלישע צײַטונגען, צװישן זײ די מאָדערניסטישע צײַטשריפֿט „צושטײַער”. אין 1933 איז זי אַריבער קײן װאַרשע, װוּ זי איז געװאָרן אַקטיװ פֿאַרטאָן אין דער קולטורעלער טעטיקײט. אין געטאָ האָט זי מיטגעאַרבעט מיט „עונג שבת”, און עס האָט זיך איר אײַנגעגעבן צו אַנטלױפֿן פֿון דער געטאָ און פֿאַרבאַהאַלטן זיך אױף דער „אַרישער” זײַט. אין 1950 האָט זי עולה געװען קײן ישׂראל, װוּ זי איז װײַטער געװען פֿאַרטאָן אין זשורנאַליסטיק און חורבן־פֿאָרשונג. איר ביאָגראַפֿיע, מיט אַ פּאָר נײַע פּרטים, איז אױך אַרײַן אין דער נײַע אױסגאַבע.
פֿאַרװאָס זשע האָט אױערבאַך, אַ ייִדישיסטקע בלבֿ ובנפֿש, געשריבן איר טאָגבוך אױף פּױליש? קײן זיכערן ענטפֿער װעט מען אַװדאי קײן מאָל ניט קאָנען קריגן, אָבער שימאַניאַק האָט אַן אינטערסאַנטע סבֿרה: „דאָס שרײַבן אױף פּױליש האָט דערמעגלעכט אױערבאַך אָפּצוהיטן אַ גרעסערע עמאָציאָנעלע דיסטאַנץ פֿון די באַשריבענע געשעענישן.” אַחוץ דעם, איז דאָס מן־הסתּם אױך געװען אַן אינערלעכער פּראָטעסט קעגן דעם אָפּרײַסן ייִדן פֿון פּאָליאַקן און דאָס פֿאַרשפּאַרן זײ אין געטאָ בגװאַלד.
דאָס טאָגבוך, װי אַ גאַנצקײט, מאַכט אַ שטאַרקן עמאָציאָנעלן רושם. די נײַע אױסגאַבע האָט דערנענטערט, ווי ווײַט מעגלעך, די מחברין צו דעם הײַנטיקן לײענער. דװקא דאָס געמיש פֿון אינטימע אָבסערװאַציעס, טרוקענע פֿאַקטן, רעיונות װעגן קינאָ און ליטעראַטור, באַגלײט מיט פּרטימדיקע רעדאַקטאָרישע קאָמענטאַרן, מאַכט אױערבאַכס קול ספּעציעל קלינגעװדיק און נאָענט. אַ היפּש אָרט אינעם טאָגבוך פֿאַרנעמען חלומות, װאָס אױערבאַך האָט פֿאַרשריבן מיט התמדה. װי אַ פּסיכאָלאָגין, האַלט זי זײ װיכטיק פֿאַרן אַנאַליזירן איר אײגענעם אינערלעכן צושטאַנד.
און דװקא מיט אַ קורצן קאַפּיטל װעגן אָט די חלומות עפֿנט שימאַניאַק איר פֿאָרשערישע הקדמה. דער שטאָף, װאָס שימאַניאַק האַלט אין אירע הענט װי אַ רעדאַקטאָרין, װערט פֿאַרגליכן צו טײג אין אױערבאַכס אַ חלום, װאָס צעגײט זיך איבער די פֿינגער. מען קאָן מאַכן אַ סך סבֿרות און השערות װעגן דעם מײן פֿון איר טעקסט, אָבער אינעם לעצטן סך־הכּל װעט מען שױן קײן מאָל ניט דערגײן צו דעם לעצטן „אמת”. פֿון דעסטװעגן, איז שימאַניאַקס אױסגאַבע, װאָס ברענגט צונױף דאָס אַקאַדעמישע בקיאות, די רעדאַקטאָרישע זאָרגזאַמקײט, און טיפֿע פּערזענלעכע מיטלײַד, טאַקע אַ ריזיקער פֿאָרשערישער אױפֿטו, װעלכער האָט שױן כּשר פֿאַרדינט אַ בכּבֿודיקן ליטעראַרישן פּרײַז אין פּױלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.