ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published August 23, 2016, issue of August 29, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ פֿעסטיוואַל אין רימאַנאָוו לכּבֿוד די אַמאָליקע ייִדישע תּושבֿים

דאָס שטעטל רימאַנאָוו ווידמעט אין מיטן סעפּטעמבער אַ וואָך לכּבֿוד זײַנע אַמאָליקע ייִדישע תּושבֿים.

דאָס שטעטל האָט געהערט צו דעם לעגענדאַרן גראַף פּאָטאָצקי. אין 16טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדישע תּושבֿים פֿון רימאַנאָוו שוין געהאַט אַ שול און אַ בית־עולם.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען די ייִדן געווען פֿופֿציק פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. אַ סך פֿון זיי זענען אַנטלאָפֿן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד בשעת דער מלחמה אָבער האָבן זיך מישבֿ געווען און זענען צוריקגעקומען. זיי האָבן געמיינט אז די סאָוועטן זענען ערגער פֿון די דײַטשן. זיי האָבן שפּעטער באַצאָלט מיטן לעבן פֿאַרן דאָזיקן טעות.

דער ייִדישער פֿעסטיוואַל אין רימאַנאָוו איז געוואָרן אַ שטיקל טראַדיציע. מענדי קאַהאַן קומט אויך הײַ־יאָר קיין רימאַנאָוו און ער וועט — ווי זײַן שטייגער איז — געבן אַ ביסל ייִדישן טעם צום פֿעסטיוואַל.

מען וועט זאָגן אַ מין „אל מלא רחמים‟ אויף די רימאַנאָווער ייִדן וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן בשעתן חורבן. פֿאַר וואָס אַ מין „אל מלא רחמים‟ און נישט גלאַט אַזוי אַן „אל מלא רחמים‟? ווײַל דאָ גייט אַ רייד וועגן אַן עקומענישער תּפֿילה. עקומעניש מיינט אז אַ רבֿ אָדער אַ שליח ציבור וועט פֿירן די תּפֿילה אין איינעם מיט אַ גלח.

מען וועט אויך גיין אויף די פֿוסטריט פֿונעם לעצטן וועג פון די רימאַנאָווער ייִדן — דער וועג וואָס האָט זיי געפֿירט קיין בעלזשעץ.

גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער מיר שײַנט עס צו זיין אַ מין עכאָ פֿון יעזוסן און זײַן „וויאַ דאָלאָראָזאַ‟. זײַט וויסן אַז דער פֿאַרגלײַך צווישן די לײַדן פֿון יעזוסן און די לײַדן פֿון די ייִדן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה קומט אָפֿט פֿאָר אין הײַנטיקן פּוילן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ פֿעסטיוואַל מוז אויך האָבן אַ פֿריילעכן אַספּעקט. אויף דעם זענען דאָ, למשל, וואַרשטאַטן פֿון ייִדישע לידער.

ווי סע זאָל נישט זײַן, אַז מען איז שוין אין פּוילן, איז טאַקע כּדאי צו באַזוכן רימאַנאָוו אין דרום־פּוילן. אין רימאַנאָוו שטייט עד־היום אַ פּרעכטיקע אַלטע שול און א טרויעריק־שיינער ייִדישער בית־עולם.


פֿעסטיוואַלן זענען נישט גענוג; מיר דאַרפֿן האָבן ייִדישע שולן

דאָס נײַע יאָר תּשע״ז שטייט שוין ביי דער טיר. צײַט צו געבן אַ טראַכט וועגן דעם איצטיקן מצבֿ פֿון אונדזער פּוילישער ייִדישער קהילה.

און אונדזער מצב איז נישט פֿויגלדיק.

ווען די צאָל פֿעסטוואַלן וואָלט געווען אַן אינדיקאַטאָר פֿון אַ געלונגענעם ייִדישן לעבן, דערלעבן מיר, די פּוילישע ייִדן, ממש אַ נײַע גאָלדענע עפּאָכע. מיר האָבן ייִדישע פֿעטסטיוואַלן אין גדאַנסק און אין וואַרשע, אין קראָקע און אין לאָדזש, אין רימאַנאָוו ווי מיר האָבן נאָר וואָס דערמאָנט, אין גער און נאָך און נאָך.

אָבער ווי עס האָבן שוין געזאָגט אונדזערע חכמים און דווקא אויף אַראַמעיִש; איסטראַ בלגינאַ קיש קיש קריאַ — איין מטבע אין אַ קרוג מאַכט א געוואַלדיקן רעש. ווען דער קרוג וואָלט געווען פֿול מיט מטבעות וואָלט מען נישט געהערט קיין שום רעש. סע וואָלט געווען שאַ־שטיל.

אַ פֿעסטיוואַל מאַכט טאַקע אַ סך רעש און איז נישט אַזוי שווער צו אָרגאַניזירן. מען ברענגט אַ זינגער פֿון בערלין אָדער פֿון וואַרשע, דער בירגערמײַסטער האַלט אַ רעדע, פּוילישע תּלמידים קומען מיט זייערע לערערס אויף עפּעס אַ לעקציע וועגן זייערע אַמאָליקע ייִדישע מיטבירגער, און שוין.

מיר ווייסן אויך אַז ווען סע קומט צו קויפֿן אַ דירה אָדער אַ הויז זענען אין תוך נאָר דריי זאַכן וויכטיק: די געגנט, די געגנט און די געגנט.

פֿאַרן ייִדישן קיום זענען אויך נאָר דרײַ זאַכן וויכטיק: דערציִונג, דערציִונג און דערציִונג. וואָס שייך דערציִונג איז אונדזער מצבֿ הײַנט מסתּמא ערגער ווי אין קאָמוניסטישן פּוילן. די ייִדן אין פּוילן, האָבן דעמאָלט געהאַט מלוכישע, און במילא בחינמדיקע, ייִדישע שולן. די קינדער האָבן זיך געלערנט ייִדיש, ייִדישע געשיכטע און דאָס גלײַכן.

די ייִדישע גליקן ביי די קאָמוניסטן האָבן אָבער אַ חסרון — זיי געדויערן נישט לאַנג. אַזוי לאַנג ווי זיי האָבן יאָ געדויערט זענען זיי געווען אַ סך בעסער פֿון, למשל, דער הײַנטיקער פּריוואַטער ייִדישער שול אין וואַרשע. די דירעקטאָרשע פון יענער פֿאָלקסשול אין וואַרשע איז אַ קאַטוילישע פֿרוי, דער שׂכר־לימוד איז געוואַלדיק הויך, און עבֿרית לערנט מען אויפֿן שפּיץ מעסער. פֿון ייִדיש איז שוין אָפּגערעדט.

די תּלמידים פֿון דער אַמאָליקער מלוכישער י. ל. פּרץ שול אין לאָדזש אָבער רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש ביזן הײַנטיקן טאָג. זיי געדענקען מיט ליבשאַפֿט און בענקשאַפֿט די געטרײַע ייִדישע לערערס וואָס האָבן זיי דערצויגן אויפֿן גאַנצן לעבן.

וואָס די חסידים פֿאַרשטיין, דהײַנו אַז אָן דערציונג וועט נישט זיין קיין המשך, ווייסט מען נישט (אָדער וויל מען נישט וויסן) דאָ אין פּוילן.

אַ מנין ייִדישע תּלמידים אין אַ פּריוואַטער שול זענען אַ קנאַפּער המשך. אגבֿ, די צאָל פּוילישע־ייִדישע תּלמידים צווישן זיי איז נאָך קלענער.

מאָדנע איז דער פֿאַקט אַז מצד דער פּוילישער מלוכה וואָלט מסתּמא נישט געווען קיין מניעה צו שאַפֿן אַ מלוכישע ייִדישע שול. די מלוכה שטיצט נישט קיין רעליגיעזע שולן. די מלוכה שטיצט אָבער יאָ שולן פֿאַר מינדערהײטן און ייִדן בתוכם. רעליגיע איז אין די פּוילישע מלוכישע שולן נאָר אַ טייל פֿון די לימודים. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין אַ מלוכישער ייִדישער שול וואָלט מען געקאָנט פֿאַרבעטן אַ רבֿ אַנשטאָט אַ גלח צו לערנען לימודי דת.

די איניציאַטיוו צו שאַפֿן מלוכישע ייִדישע שולן מוז אָבער קומען פֿון דער נאַציאָנאַלער מינדערהייט אַליין. הייסט עס פון אונדז, די פּוילישע ייִדן. דערווײַל האָבן מיר ייִדישע פֿעטסטיוואַלן; קיין מלוכישע ייִדישע שולן — נישט.