מיט אַ מאָל הייבט מיר אָן צו קלינגען אַ גאַנצע ריי מענער, וואָס האָבן שוין איין פֿוס אין עולם־הבא. צוריקגערעדט, זײַנען זיי אַלע בעסער ווי יענער טראַוומע־קרענק פּסיכאָלאָג, וואָס האָט אין אַ רעסטאָראַן זיך צעשריגן אויף מיר, אַז איך בין אַן אַנטיסעמיט. אַזאַ ווילדער מענטש וואָלט נאָך געקענט זײַן אַ רוצח אויך! די אונטערשטע שורה איז, אַז יענע מענער זײַנען נישט געווען פֿאַר מיר. נו, לייענט זשע די ווײַטערדיקע מעשׂיות.
איך האָב געהאַלטן אין מיטן אָרגאַניזירן אַ שבתּון מיטן שדכנות־אָפּטייל פֿון אַ גרויסער ייִדישער אָרגאָניזאַציע אין באָסטאָן, און איך האָב מיטגעאַרבעט מיטן אָנפֿירער פֿונעם אָפּטייל. ער איז געווען אַ צוגעלאָזענער מענטש און בעת מיר האָבן געשמועסט וועגן געשעפֿטלעכע זאַכן לגבי דעם שבתּון האָב איך זיך אַ ביסל אַראָפּגערעדט פֿון האַרצן און אים דערציילט פֿון מײַן לאַגע, אַז כ׳וואָלט ווידער געוואָלט חתונה האָבן.
אין איינעם אַ שיינעם טאָג קלינגט ער מיר אָן און כיכיקעט אַזוי, אַז איך האָב אים קוים געקענט פֿאַרשטיין. בעניש, כי־כי־כי, עפּעס אַ פֿײַנער מאַן איז געקומען צו אים אין ביוראָ זיך פֿאַרשרײַבן. ער איז מיט אַלע מעלות: אַ שיינער, אַ הויכער, אַ געבילדעטער, און נאָך און נאָך. ”גענוג שוין,“ האָב איך אים געזאָגט. ”גיב אים מײַן טעלעפֿאָן. כ׳וועל מיט אים רעדן“.
דער שמועס איז געווען נישקשה. ער האָט זיך אַזוי געפֿרייט, אַז ער האָט נישט געוווּסט וואָס פֿריִער צו טאָן פֿאַר מיר. פֿאַר וואָס זאָל איך אויסגעבן געבן געלט אויף טאַקסיס? פֿרעגט ער. ווען איך וועל קומען צו פֿאָרן אויף דעם שבתּון אין די בערג פֿון ניו־יאָרק, וועט ער מיך שוין אָפּנעמען פֿון פֿליפֿעלד. מיר וועלן גוט פֿאַרברענגען. ער וועט מיך אַרומפֿירן וווּ איך וויל נאָר.
ווען איך בין אַרויס פֿונעם עראָפּלאַן, האָב איך אים נישט באַלד דערקענט. כ׳בין געבליבן שטיין און זיך גוט אַרומגעקוקט. גוט וואָס איך האָב געוואַרט, ווײַל צו מיר איז עמעצער צוגעקומען מיט אַ רויז אין דער האַנט און אַ ווײַסע מאַסקע איבערן מויל, אַזוי ווי מע זעט אויף טעלעוויזיע די כינעזער טראָגן אין האָנג־קאָנג ווען די לופֿט איז זייער פֿאַרפּעסטיקט. ער האָט אויסגעשטעקט די רויז צו מיר און געפֿרעגט, ”חנה? חנה־פֿײַגל?“
”יאָ“, האָב איך אים געענטפֿערט.
”און דו? דו ביסט בעניש?“
”יאָ“, האָט ער געזאָגט.
איך בין געשטאַנען פֿאַרגאַפֿט מיט אַ רויז אין איין האַנט און אַ וואַליסקע אין דער צווייטער. ער האָט פֿון מיר די וואַליסקע נישט צוגענומען אָבער אָנגעוויזן, אַז איך זאָל אים נאָכגיין: זײַן אויטאָ שטייט נאָענט צו דער טיר פֿונעם טערמינאַל.
אין אויטאָ האָט ער מיך געפֿרעגט צי איך בין פֿאַרקילט. ווען כ׳האָב געענטפֿערט „ניין“, האָט ער אַראָפּגענומען די מאַסקע פֿון פּנים, געלאַכט, און געזאָגט, אַז ער מוז ניט כּסדר טראָגן די מאַסקע; נאָר ווען ער קומט צווישן מענטשן. איך האָב אַרויסגעשטאַמלט: ”איך פֿאַרשטיי נישט“, האָט ער געזאָגט, אַז ער האָט יענע מחלה — ראַק, און אָן דער מאַסקע קען ער נישט קומען צווישן מענטשן. ”זאָרג זיך נישט, ס’איז נישט אָנשטעקיק, און צוליב דעם וואָס די אָפּעראַציע איז נאָר געווען מיט צען טעג צוריק טאָר איך נישט אויפֿהייבן שווערע פּעק“. אַהאַ, דערפֿאַר האָט ער מיר נישט געהאָלפֿן מיט דער וואַליסקע.
”אין וואָסער רעסטאָראַן ווילסטו גיין עסן וועטשערע?“ פֿרעגט ער מיך.
”עס וועלן זײַן אַ סך מענטשן יעצט אין וואָסער רעסטאָראַן עס זאָל נישט זײַן. ווי קענסטו עסן ווען דו מוזסט טראָגן די מאַסקע?“ האָב איך אים געפֿרעגט.
”אַ, דו פֿאַרשטייסט. דו ביסט אַ שיינע און אַ קלוגע. איך וועל נישט עסן, נאָר דו!“
ס׳איז מיר שוין פֿאַרגאַנגען דער אַפּעטיט. איך האָב גיך געגעבן אַ קוק אויפֿן זייגער און אים געזאָגט, אַז פֿון אויפֿוועקן זיך אַזוי פֿרי און שלעפּן זיך אויף עראָפּלאַנען, בין איך שוין טויט מיד און אין גאַנצן נישט הונגעריק, און די בעסטע זאַך וואָס ער קען פֿאַר מיר טאָן איז מיך פֿירן אין האָטעל. זאָל ער האָבן אַ רפֿואה־שלימה.
מיטן צווייטן מענטש האָב איך זיך אַפֿילו נישט געוואָלט באַקענען. דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען און באַלד נאָך מײַן זאָגן ”העלאָ“, האָט ער אָנגעהויבן זײַן מאָנאָלאָג: ”איך הייס מאָריס. איך קלינג פֿון ניו־יאָרק. דײַן פֿרײַנדינע ביילע האָט מיר געגעבן דעם טעלעפֿאָן און געזאָגט, אַז איך מעג דיר גלײַך קלינגען. איך וועל בײַ דיר נישט פֿאַרנעמען קיין סך צײַט, און איך אַליין האָב אויך נישט קיין סך צײַט. איך ווייס, אַז איך בין אַ ביסל עלטער פֿון דיר אָבער איך האָב ליב צו גיין אין טעאַטער, אין דער אָפּערע און אין מוזייען, כאָטש צו לאַנג קען איך נישט שטיין אויף די פֿיס. ווען איך ווער מיד אין אַ מוזיי, הייס איך זיך ברענגען אַ רעדלשטול און איך גיב אָפּ מײַן שטעקן. בײַם אַהיימגיין גיב איך ווער עס זאָל נישט זײַן פֿינף דאָלאַר און מע גיט מיר אָפּ דעם שטעקן און מע רופֿט מיר אַ טאַקסי. איך טראָג יעצט אַ פֿלאַסטער אויף דער נאָז ווײַל מ׳האָט מיך נישט לאַנג אַראָפּגעשניטן עפּעס אַן אָנוווּקס. ס׳איז שוין דאָס צווייטע מאָל, וואָס מע אָפּערירט מיך, און איך האָף — דאָס לעצטע מאָל. איך פֿיל זיך לעצטנס נישט מיט אַלעמען ווײַל בײַ מיר איז, ווי בײַ אַלע מענער, געשוואָלן דער פּראָסטאַט, וועק איך זיך אויף פֿיר מאָל אַ נאַכט. וועגן די קלייניקייטן מוזן מיר נישט רעדן יעצט, אָבער כאָטש איך וואָלט מיר דיר געוואָלט ווײַטער רעדן מאָרגן מוז איך, לײדער, מאָרגן גאַנץ פֿרי אַרײַנגיין אין שפּיטאָל. מע זעט שוין ווידער פֿלעקן אויפֿן לעבער און מע מוז מיך ווידער אָפּערירן. אָבער נישט געדאגהט! דעם צווייטן חודש קענען מיר אַרויסגיין, זיך בעסער באַקענען! וואָס זאָגסטו צו דעם?“ און דערבײַ געגעבן אַ טיפֿן זיפֿץ.
איך האָב אויך שטאַרק אָפּגעזיפֿצט און נישט באַלד געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן.
”וואָס? וואָס? איך הער נישט אַזוי גוט. רעד העכער,‟ זאָגט ער.
”ווען איך וועל נאָך אַ מאָל זײַן אין ניו־יאָרק וועל איך אײַך קלינגען. אפֿשר וועלן מיר קענען גיין אין מעטראָ מוזיי, גוט? מיר קענען זײַן פֿרײַנד“.
”איך דאַרף נישט מער קיין פֿרײַנד. איך האָב גענוג פֿרויען פֿרײַנד. איך זוך אַ ווײַב. און אויב נאָך דעם אַלץ וואָס איך האָב דיר דערציילט ביסטו אין מיר נישט פֿאַראינטערעסירט, וועל איך זיך מיט דיר יעצט געזעגענען“. קליק!
דער קאָפּ האָט זיך מיר געדרייט פֿונעם אימפּעט פֿון זײַן געזעגענען זיך, און עטלעכע סעקונדעס לאַנג האָט זײַן קול מיר געקלונען אין די אויערן. ווען כ׳בין געקומען צו זיך האָב איך טיף אָפּגעאָטעמט און געטראַכט: בעסער אַזוי ווי אַ פֿאַרשלעפּטער… המם… באַציִונג.
דעם צווייטן טאָג, ווען איך האָב געקוקט אויף דער אינטערנעץ האָב איך געזען, אַז איינער פֿון די מענער צו וועמען איך האָב געהאַט געשיקט מײַן פּראָפֿיל מיט עטלעכע חדושים פֿריִער האָט זיך יעצט אָפּגערופֿן. ווער איז דאָס? אַ בוכפֿירער פֿון קאַליפֿאָרניע, אַ ביסל ייִנגער פֿון מיר. דאָס איז מיר געפֿעלן! וואָס נאָך איז מיר געפֿעלן? ער איז כּמעט אַ פּענסיאָנירטער, ער אַרבעט נאָך אונטער אַ ביסל, און ער איז זײַער פֿאַראינטערעסירט אין מוזיקאַלישן טעאַטער. ער האָט אַ גוטע שטימע, האָט זייער ליב צו זינגען און איז אָפֿט אַ חזן אין זײַן שיל. נישקשה, נײַן? נײַן! פֿאַר וואָס? ער האָט שוין אָפּגעגט דרײַ ווײַבער (צי זיי האָבן אים אָפּגעגט), און ער לײַדט שטאַרק פֿון צוקערקרענק. ער מוז אײַננעמען אָדער זיך אײַנצפּריצן אינסולין. איז ער אַן עקשן און וויל נישט. ס׳מאַכט נישט אויס, אַז ער האָט שוין נישט איין מאָל אין גאַנצן צעשמעטערט דעם אויטאָ, און איז קוים אַרויס פֿון שפּיטאָל אַ לעבעדיקער. דער איינציקער שאָדן איז געווען אַ גוט צעקלאַפּט אויג, אַזוי אַז ער קען איצט בלויז זען מיטן לינקן. איז וואָס? האָט מען בײַ אים אַוועקגענומען די פֿאָר־ליצענץ און ער פֿאָרט צו זײַנע קליענטן מיט טאַקסיס. ער גייט יעדן טאָג אין געזונטקלוב און הייבט געוויכטן, כּדי צו קאָנטראָלירן דעם צוקער. און עסן, עסט ער כּמעט נישט, נישט וואָס איר וואָלט אָנגערופֿן נאָרמאַל עסן. איין מאָל אין וואָך עסט ער אַ שטיקל טרוקן געבראָטן פֿיש. ווי דערהאַלט ער זיך בײַם לעבן? ער טרינקט עפּעס אַ ספּעציעלן געטראַנק פֿאַר צוקערקרענק: גלוקאָטשע, צי וואָס. ער האָט שוין פֿאַרלוירן נײַנציק פֿונט. ווי דען וועט ער פֿאַרלירן?
אוי, ווער וואָלט זיך אונטערגענומען אַ באַציִונג מיט אַזאַן עקשן, אַזאַ חולה? איך בין נישט קיין דאָקטערשע און איך זוך אַ געזונטן מאַן, נישט קיין פּאַציענט! ווי די מאַמע פֿלעגט מיר אַלע מאָל זאָגן, „מע לייגט נישט קיין געזונטן קאָפּ אַרײַן אין אַ קראַנקן בעט!“
אָבער דעם אמת געזאָגט, בענק איך נאָך דעם וואָס פֿאַר אַ גאַנצן חודש נאָך דעם וואָס איך האָב אים אָפּגעזאָגט האָט ער צו מײַן ענטפֿער־מאַשינקע געזונגען קאָל פּאָרטער ליבע־לידער, און פֿרײַטיק פֿאַר שבת — „אשת חיל‟ און קידוש.
וועל איך נאָך אַ מאָל אפֿשר געפֿינען אַ געזונטן, וואָס וועט מיך סערענאַדירן?
כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.