מיטוואָך האָט אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט די עפֿענונג פֿון אַן אויסשטעלונג אין מאָסקווע וועגן דעם לעבן פֿונעם נאָבעל־לאָרעאַט, אלי וויזל.
די אויסשטעלונג, „אלי וויזל, פֿון סיגעט ביז מאָסקווע, דורך פֿראַנקרײַך און ישׂראל‟, איז לאַנצירט געוואָרן דורך Limmud FSU („לימוד‟ פונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד) — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿירט אָן מיט ייִדישע לערן־קאָנפֿערענצן אין איבער אַ טוץ לענדער, וווּ עס געפֿינען זיך אַ הויכע צאָל רוסיש־רעדנדיקע ייִדן.
אַ צאָל פּראָמינענטע פֿיגורן, אַרײַנגערעכנט די צוויי הויפּט־רבנים פֿון לאַנד, בערל לאַזאַר און אַבֿרהם שײַעוויטש, זענען בײַגעווען אויף דער עפֿענונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „ישׂראלדיקן קולטור־צענטער‟. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון צענדליקער פֿאָטאָגראַפֿיעס אַראָפּגענומען במשך פֿון וויזלס לעבן.
אלי וויזל איז ניפֿטר געוואָרן אין יולי אין ניו־יאָרק, אין עלטער פֿון 87 יאָר.
זײַן בוך „די שווײַגנדיקע ייִדן‟, אַרויסגעלאָזט אין 1966, איז געווען אַ פּאָרטרעט פֿון די ייִדן וואָס וווינען אונטער רעפּרעסיע הינטערן אײַזערנעם פֿירהאַנג, און האָט געדינט ווי אַ קאַטאַליסט פֿאַר דער באַוועגונג צו באַפֿרײַען די ייִדן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אין דער אויסשטעלונג געפֿינט זיך אַ בילד פֿון 2009, וווּ וויזל, האַלטנדיק אַ ווײַסע רויז, באַגלייט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און די דײַטשע קאַנצלערין אַנזשעלאַ מערקעל, בעת אַ וויזיט אינעם געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בוכענוואַלד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.