קראָקע האָט צוויי וואַזשנע מעלות: ראשית־כּל, איז זי נישט חרובֿ געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה ווי וואַרשע. נאָך אַ זאַך: קראָקע איז פֿון תּמיד אָן געווען אַ סך שענער, ויש אומרים, מאַיעסטעטישער פֿון וואַרשע. ווי סע זאָל נישט זײַן, איז קראָקע געווען די היסטאָרישע הויפּט־שטאָט פֿון פּוילן.
קראָקע איז טאַקע פּרעכטיק שיין. ס’איז נישט קיין וווּנדער, אַז די שטאָט ציט חיונה פֿון די טוריסטן וואָס קומען אַהער פון דער גאַנצער וועלט. אין קראָקע אויף דער גאַס זעט מען אַ סך מער טוריסטן ווי אין וואַרשע און מען הערט אַ סך מער שפּראַכן.
פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ שטיקל איבערראַשונג אַז בראש פֿון דער רשימה פון די טוריסטישע אַטראַקציעס אין קראָקע שטייען די היסטאָרישע ייִדישע געגנט קאַזימיר און, להבֿדיל, אוישוויץ.
הייסט עס, אַז די טוריסטן — און לאַוו דווקא די ייִדישע טוריסטן — ווילן זיך באַקענען דווקא מיטן ייִדישן עבֿר פֿון דער שטאָט.
נאָך גרעסער איז געווען מײַן איבערראַשונג אַז דווקא אינעם שיינעם, נײַעם ייִדישן קהילה־צענטער קען מען די טעג זען אַן אויסשטעלונג געווידמעט דעם פּויפּסט. אויב איר ווילט וויסן גענוי, גייט אַ רייד וועגן אַן אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם באַזוך פֿונעם פּוילישן פּויפּסט יאַן פּאַוועל דער צווייטער אין זײַן היימלאַנד.
וווּ מען גייט נאָר אין פּוילן זעט מען בילדער פון קאַראָל ווויטילאַ, דער פּוילישער פּויפּסט — אין געשעפֿטן און טאַקסיס, אין שולן און סטאַדיאָנען.
זײַן דענקמאָל שטייט אויפן גזשיבאָווסקי סקווער אין וואַרשע און אין צענדליקער אַנדערע שטעט און שטעטלעך. דאָס איז גאנץ פֿאַרשטענדלעך. ער איז געווען דער ערשטער פּוילישער פּויפּסט און זייער אַ פּאָפּולערער פּויפּסט דערצו.
סע בלייבט אָבער אַ קשיא אויף א מעשׂה אויב עס איז די ראָלע פֿונעם ייִדישן צענטער צו פאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם פּוילישן פּויפּסט. אויף דעם, דאַכט זיך מיר, זענען דאָ גענוג קאַטוילישע בעלנים.
לאָמיר בלײַבן אין קראָקע. אין קראָקע איז נישט געווען קיין אויפֿשטאַנד קעגן די דײַטשן בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. במילא איז די שטאָט נישט חרובֿ געוואָרן. דער גרויסער פּרעכטיקער בנין פון דער ייִדישער גמינע [קהילה], געבויט אין יאָר 1911, שטייט שטאָלץ ביזן הײַנטיקן טאָג.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די הײַנטיקע ייִדישע קהילה איז אַ סך קלענער ווי פֿאַר דער מלחמה. אַזאַ גרויסער בנין איז הײַנט אין גאַנצן נישט נייטיק. איז וואָס טוט מען? האָט די קהילה באַשלאָסן צו פֿאַרדינגען דאָס הויז.
אין קראָקע אַליין זענען דאָ גאַנצע זיבן שילן וואָס די קהילה דאַרף אויסהאַלטן. אין דער אַרומיקער געגנט געפֿינען זיך נאָך 13 שילן. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויסהאַלטן די אַלע שילן קאָסט געלט.
דער נײַער קוואַרטיראַנט פֿונעם שיינעם בנין איז „דער נײַער טעאַטער‟ — TEATR NOWY אויף פּויליש.
אַ זײַטיקע הכנסה פֿאַרן טעאַטער וועט זײַן אַ קינאָ, דערקלערט פּיאָטר שעקלוצקי, דער קינסטלערישער לײטער פֿונעם טעאַטער. אַגבֿ, דער רעזשיסאָר סטיווען ספּילבערג האָט גענוצט דעם בנין פֿאר אַ סצענע אין זיין באַרימטן פֿילם „שינדלערס ליסטע‟. אינעם פֿילם קען מען זען די עלעגאַנטע טרעפּ פֿונעם בנין.
דער בנין איז זייער אַ גרויסער. אינעם פּאַרטער געפֿינט זיך איצט אַן אַזוי גערופֿענע „ליטעראַרישער קאַפֿע‟. דער קעלער וועט דינען ווי אַן אַכסניא פֿאר אַ דזשעז קלוב.
הייסט עס, קולטור פֿון קאָפּ ביז פֿיס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.