דאָס אויסערגעוויינטלעכע לעבן פֿונעם ייִדישן רעזשיסאָר יעקבֿ גאַרפֿײַן נעמט איצט אַרײַן נאָך אַן אומדערוואַרטן קאַפּיטל: גאַרפֿײַן, וואָס האָט איבערגעלעבט 11 קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אַרײַנגערעכנט אוישוויץ און בערגן־בעלזן, וועט באַלד חתונה האָבן מיט אַ יונגער אַקטריסע, מיט וועמען ער האָט זיך געטראָפֿן אויף אַ שׂימחה.
יעקבֿ גאַרפֿײַן איז געבוירן געוואָרן אין מונקאַטש, טשעכאָסלאָוואַקײַ אין 1930. אין די לאַגערן האָט ער עדות געווען אויפֿן טויט פֿון זײַנע עלטערן און זײַן שוועסטערל. בײַם ווערן באַפֿרײַט פֿון בערגן־בעלזן אין 1945 האָט ער געווויגן בלויז 48 פֿונט. אַ דאַנק אַ פֿעטער אין אַמעריקע האָט ער אין 1946 זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. ער איז געווען צווישן די ערשטע זעקס ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה צו דערגרייכן די פֿאַרייניקטע שטאַטן.
גאַרפֿײַן האָט געוואָלט ווערן אַן אַקטיאָר אָבער אין גיכן איז ער געוואָרן אַ רעזשיסאָר און אַ לעגענדאַרער לערער, וואָס האָט געלערנט אַנדערע אַקטיאָרן ווי אַזוי צו שפּילן אויף דער בינע. כאָטש זײַן נאָמען איז ניט אַזוי גוט באַקאַנט דעם ברייטן עולם, איז ער שטאַרק באַרימט צווישן דרײַ דורות אַקטיאָרן — סײַ אין האָליוווּד און סײַ אויף דער ניו־יאָרקער בינע.
צווישן זײַנע נאָענטע פֿרײַנד און קאָלעגעס געפֿינט מען אַזעלכע גרויסע פֿילם־שטערן און דראַמאַטורגן ווי מאַרילין מאָנראָ, פּאָל ניומאַן, מאַרלין בראַנדאָ, דזשיימס דין, הענרי מילער, סאַמיועל בעקעט, אַרטור מילער, אַל פּאַטשינאָ, גלען קלאָס, סיסי ספּייסיק, און טענעסי וויליאַמס. ער האָט אויך „אַנטדעקט‟ דעם אַקטיאָר סטיוו מעקווין. איינע פֿון די באַקאַנטסטע אַקטריסעס וועמען ער האָט רעזשיסירט , קאַראָל בייקער, איז שפּעטער געוואָרן זײַן פֿרוי. ער האָט געהאַט מיט איר צוויי קינדער, און זיי האָבן זיך געגט אין 1969.
זײַן 39־יאָריקע כּלה, די רוסישע אַקטריסע נאַטאַליע רעפּלאָווסקי, האָט איבערגעגעבן דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟, אַז זי האָט זיך פֿאַרליבט אין גאַרפֿײַנען בײַם ערשטן בליק. זיי זענען אַרויסגעגאַנגען אויף אַ ראַנדקע מיט אַ וואָך שפּעטער און באַלד באַשלאָסן צו וווינען צוזאַמען. זי האָט זיך געזאָרגט, וואָס אַנדערע מענטשן וועלן טראַכטן וועגן דעם וואָס זי גייט אַרויס מיט אַ מאַן אין די אַכציקער אָבער צום סוף האָט זי באַשלאָסן, אַז ער איז טאַקע איר באַשערטער.
דער באַקאַנטער רעזשיסאָר האָט איר געבעטן חתונה צו האָבן מיט אים אויף זײַן 86סטן געבורטסטאָג־שׂימחה. זײַן כּלה האָט גלײַך געענטפֿערט יאָ און געפֿרעגט, פֿאַר וואָס עס האָט אים געדויערט אַזוי לאַנג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.