מעלבורנער ייִדישיסטן פֿון דרײַ דורות זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אין דער „קדימהס‟ ביבליאָטעק אָפּצוגעבן כּבֿוד און צו דערמאָנען ראָמעק (רחמיאל) מאָקאָטאָװ, װאָס איז לעצטנס אַװעק אין דער אײביקײט. מאָקאָטאָװ איז געבױרן געװאָרן אין װאַרשע אין 1923, האָט מיטגעמאַכט די מלחמה־יאָרן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און האָט זיך באַזעצט אין מעלבורן, אױסטראַליע, נאָכן סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. ראָמעק מאָקאָטאָװ איז געװען אַ פּראָדוקט פֿון זײַן משפּחה, פֿון די ציש״אָ שולן, פֿונעם װאַרשעװער „סקיפֿ‟ און פֿון דער לאָקאַלער „צוקונפֿט‟־אָרגאָניזאַציע.
ראָמעקס עלטערן האָבן געאַרבעט בײַ צעשיקן די בונדישע „פֿאָלקס־צײַטונג‟ אין אַלע עקן לאַנד אױף די פּױלישע באַנען. זײַן מוטער האָט אױך אָנגעפֿירט מיטן בופֿעט בײַם װאַרשעװער דרוקער־פֿאַראײן. זײַן פֿעטער איז געװען יעקבֿ צעלעמענסקי, װאָס איז געװאָרן באַרימט אונטערן נאָמען „צעלעק‟ פֿאַר זײַן אַרבעט אין דער אונטערערדישער „בונד‟־אָרגאָניזאַציע אין װאַרשע בעתן חורבן. ראָמעק און זײַן ברודער הערשל מאָקאָטאָװ האָבן געשאַפֿן די „יעקבֿ צעלעמענסקי פֿונדאַציע‟ כּדי אַרױסצוגעבן די ענגלישע איבערזעצונג פֿון צעלעקס מלחמה־זכרונות.
מאָקאָטאָװ איז אַװעק אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד גלײַך בײַם אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה און איז פֿאַרשיקט געװאָרן אין אַ סיבירער אַרבעטס־לאַגער. גאַנצע פֿיר יאָר האָט ער נישט געזען זײַן לעבן־געבליבענעם ברודער און שװעסטער. אַז ער האָט באַװיזן צו קומען צו זײ, האָבן זײ אים פּשוט נישט דערקענט. ראָמעק האָט זיך אומגעקערט קײן װאַרשע נאָכן סוף פֿון דער מלחמה און האָט אָנגעהױבן זוכן זײַן שול־חבֿרטע רבֿקה, װאָס איז שפּעטער געװאָרן זײַן פֿרױ. זײ זײַנען אַװעק פֿון אײראָפּע און האָבן זיך באַזעצט אין מעלבורן, צוזאַמען מיט ראָמעקס ברודער און שװעסטער און זײערע משפּחות, װי אַ טײל פֿון דער גרופּע בונדיסטן װעלכע האָבן באַקומען אױסטראַלישע װיזעס, אַ דאַנק דער װײַט־זעעװדיקײט פֿונעם דעמאָלטיקן „לײבאָר‟ אימיגראַציע־מיניסטער, אַרטור קאָלדװעל.
אין מעלבורן האָט ראָמעק געאַרבעט בײַ טאָג אין אַ זאָקן־פֿאַבריק װאָס האָט געהערט צו אַ בונדישן חבֿר. אין אָװנט און זונטיקן האָט ער געלערנט אין דער שלום־עליכם זונטיק־שול. ראָמעק און רבֿקה האָבן דערצו געהאָלפֿן אָנפֿירן מיטן ייִדישן קינדער־טעאַטער בײַם מעלבורנער „סקיפֿ‟, בעת זײ אַלײן האָבן געזונגען אינעם מעלבורנער „צוקונפֿט‟־כאָר. ראָמעק האָט געאַרבעט פֿרײַ־װיליק 28 יאָר אין דער „קדימה‟־ביבליאָטעק נאָך דעם װי ער האָט געהאָלפֿן גרינדן די „יוסף גיליגיטש פֿונדאַציע‟, װאָס האָט געזאַמלט ייִדישע ביכער און האָט דערנאָך געשאָנקען גרײטע ייִדישע ביבליאָטעקן צו די מעלבורנער אוניװערסיטעטן. ראָמעק האָט צוגעגרײט די ייִדיש־זײַט פֿונעם בולעטין פֿונעם מעלבורנער ייִדישן חורבֿן־צענטער. נאָך זײַן טױט האָט מען געפֿונען גרײט אױף זײַן קאָמפּיוטער די זײַט פֿאַרן סעפּטעמבער נומער. ער האָט נישט געדינט אױף קײן קאָמיטעטן, נאָר ער איז שטענדיק געװען פֿאַרנומען מיט אַרבעט לטובֿת ייִדיש.
במשך פֿון די יאָרן האָבן ייִנגערע חבֿרה אָנגעהױבן קומען צו ראָמעקן און רבֿקהן נאָך הילף מיט פּראָיעקטן מיט אַ שײכות צו זײער באַליבטן ייִדישן װאָרט און צום ייִדישן ליד. ער האָט מיטגעאַרבעט אױף איבערזעצונגען פֿון ענגליש אויף ייִדיש און האָט געקענט קעמפֿן שעהען לאַנג איבער אַ װאָרט. במשך פֿון די לעצטע יאָרן זײַנען בײדע, ראָמעק און רבֿקה, געקומען פֿאַרברענגען אַ טאָג אױף די יערלעכע „ייִדיש סוף־װאָכן‟, װעלכע קומען פֿאָר אין מעלבורן. ראָמעק האָט אָנגעהאַלטן די טראַדיציע נאָך רבֿקהס טױט און איז צום לעצטן מאָל בײַגעװען אױף אַ סוף־װאָך צװײ חדשים פֿאַר זײַן טױט. ער איז אױף דער עלטער געװאָרן אײנער פֿון די ייִדיש־אָנלערער פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה אין מעלבורן.
אָרגאָניזאַטאָרן פֿון אונטערנעמונגען, ראַדיאָ־אױדיציעס און פּובליקאַציעס האָבן יאָרן לאַנג באַקומען צעטעלעך פֿון ראָמעקן, אָנגעפֿילט מיט אַלע זײערע גראַמאַטישע פֿעלערן און זײַנע אױסבעסערונגען. אַז אַ פֿרײַנדס אַ טאָכטער האָט אים אַמאָל געפֿרעגט פֿאַרװאָס ער קאָרעגירט איר און נישט אַנדערע, האָט ראָמעק געענטפֿערט „װײַל דו קענסט‟. ביזן לעצטן טאָג זײַנעם איז ראָמעק מאָקאָטאָװ געבליבן שטרענג, ניט־סענטימענטאַל — אַן 18־יעריקער בחור באַהאַלטן אינעם קערפּער פֿון אַ זקן. און די יוגנט האָט אים ליב געהאַט דערפֿאַר.
ראָמעק און רבֿקה האָבן בײדע באַשלאָסן אַז נאָכן טױט װילן זײ טײלן דעם גורל פֿון פֿאָלק — דאָס הײסט, נישט פּראַװען קײן לװיות, נישט באַערדיקט צו װערן און נישט צו שטעלן קײן מצבֿות. אַזױ איז געשען נאָך רבֿקהס טױט נאָר, אַז ראָמעק איז אַװעק אין דער אײביקײט איז נישט געװען װער עס זאָל פֿאַרװערן חבֿרים זיך צונױפֿצוקומען אין דער „קדימה‟־ביבליאָטעק, מאַכן אַ לחיים, אױסטרינקען דערצו אַ גלעזל קאַװע און עסן אַ גוטן קעז־קוכן. און די ביבליאָטעק איז געװען פֿול מיטן ייִדישן װאָרט, מיט חבֿרישע שטימעס און אַפֿילו מיט געלעכטער — הלװאי אױף לענגערע יאָרן. עס האָבן גערעדט די מעלבורנער שרײַבערס משה אײַזענבוד און אַרנאָלד זײבל, װי אױך דער פֿאָרשער ענדרו פֿײַערשטײן. עס האָט גערעדט מרדכי דעבינסקי, דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן הילפס־פֿאָנד און דער זון פֿון װאַרשעװער חבֿרים, און רחל קאַלמאַן, די פֿאָרזיצערין פֿון דער „קדימהס‟ ביבליאָטעק־קאָמיטעט. ראָמעקס פּלימעניצע האָט געשיקט איר בײַשטײַערונג פֿון פּאַריז. אירקע „טאָמי‟ קאַלינסקי, די לערערין און אַרטיסטקע, האָט גענומען אַ װאָרט, צוזאַמען מיט דער פּאָעטעסע און לערערין הינדע בורשטין, װאָס פֿירט אָן מיט די ייִדיש־קלאַסן בײַם מאָנאַש אוניװערסיטעט. עס האָבן אַפֿילו גענומען אַ װאָרט צװײ זין פֿונעם חבֿר בײַ װעמען ראָמעק מאָקאָטאָװ האָט געאַרבעט אין פֿאַבריק מיט אַזױ פֿיל יאָר צוריק. אײנער פֿון זײ האָט באַמערקט אַז ראָמעק האָט געאַרבעט בײַ זײ אין פֿאַבריק, און זײ האָבן יאָרן לאַנג געאַרבעט בײַ אים אין ביבליאָטעק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.