ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

דער שיל־בנין אין ראָסטאָוו־אויף־דאָן, וואָס דינט הײַנט ווי אַ שפּיטאָל פֿאַר פּאַציענטן מיט געשלעכט־קראַנקייטן
דער שיל־בנין אין ראָסטאָוו־אויף־דאָן, וואָס דינט הײַנט ווי אַ שפּיטאָל פֿאַר פּאַציענטן מיט געשלעכט־קראַנקייטן

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 31, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

רוסישע חב״ד־פֿעדעראַציע פּראָטעסטירט קעגן פּראָ־סטאַלין קאָמענטאַרן פֿון נײַער בילדונג־מיניסטאָרין

אין רוסלאַנד איז באַזײַטיקט געוואָרן דער בילדונג־מיניסטער, און זײַן שטעלע האָט פֿאַרנומען זײַן געוועזענע פֿאַרטרעטערין — אָלגאַ וואַסיליעוואַ. זי איז אַ היסטאָריקערין, וואָס פֿאָרשט סטאַלינס צײַטן און די ראָלע פֿון דער פּראַוואָסלאַווער קירך אין די סאָוועטישע צײַטן, און שרײַבט אין אירע ווערק, אַז מען איז נוטע מגזם צו זײַן די מאַסשטאַבן פֿון סטאַלינס רעפּרעסיעס און אין תּוך גענומען, איז סטאַלינס תּקופֿה געווען עפֿעקטיוו און פֿרוכטפּערדיק.

די חב״דישע פֿעדעראַציע פֿון ייִׅדישע קהילות האָט גערופֿן די נײַע מיניסטאָרן צו פֿאַרדאַמען איר פּאָזיציע אין דער פֿראַגע פֿון סטאַליניזם, פֿרעגנדיק: „מיינט זי דען, אַז סטאַלינס טעראָר איז קיין מאָל נישט פֿאָרגעקומען, און אַז סטאַלין האָט ניט פֿאַרטיליקט אַ גאַנצע שיכט פֿון דער אינטעליגענציע?‟ ביז איצט האָט דער בילדונג־מיניסטעריום קיין דערקלערונגען ניט געגעבן.


רעמאָנט פֿון גרויסער כאָרשיל איז פֿאַרענדיקט

מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן מיר דערציילט פֿון אַ סקאַנדאַל אַרום דעם בנין פֿון דער גרויסער מאָסקווער כאָרשיל און זײַן רעמאָנט. דער סקאַנדאַל האָט זיך אויסגעלייזט צום גוטן: מען האָט געפֿונען נאָך אַ מעצענאַט — און געקויפֿט נײַע פֿאַרב־שטאָפֿן. איצט האָט זיך דער רעמאָנט געענדיקט, די שיל איז ווידער העל־געל מיט ווײַס, און אויף דעם פֿאַסאַד זענען דאָ צוויי לוחות־הברית מיט שטראַלן.

אין מאָסקווע איז מען ממשיך מיטן פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקן קינאָ, געווידמעט 25 יאָר פֿון באַנײַטע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און מדינת־ישׂראל. די פֿילמען ווײַזט מען אין צוויי מאָסקווער קינאָ־טעאַטערס און אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי. אין דער פּראָגראַם זעט מען דראַמעס, דאָקומענטאַרע פֿילמען און קאָמעדיעס, באַגעגענישן מיט אַקטיאָרן, רעזשיסערן און פֿאָרשער פֿון קינאָ.


וואַנדאַלן צעשטערן חורבן־דענקמאָל אין פּסקאָוו

אַ ידיעה פֿון פּסקאָווער געגנט (צפֿון־מערבֿ־רוסלאַנד). דאָרטן האָבן וואַנדאַלן צעשטערט אַ דענקמאָל, געווידמעט 2 טויזנט ייִׅדן, דערהרגעטע אינעם חורבן. דער דענקמאָל געפֿינט זיך לעבן נעוועל און הייסט „גאָלובאַיאַ דאַטשאַ‟. דעם 28סטן אויגוסט האָט אַ היגע תּושבֿטע באַזוכט דעם דענקמאָל און געפֿונען שפּורן פֿון אַ פּאָגראָם: די מצבֿות זענען צעוואָרפֿן געוואָרן, די געוויקסן אויסגעריסן פֿון דער ערד.

די היגע אַדמיניסטראַציע האָט ווידער אויפֿגעבויט דעם דענקמאָל. די פּאָליציי זוכט די שולדיקע.


די שטאָט ראָסטאָוו־אויף־דאָן באַשליסט נישט איבערצוגעבן דער ייִׅדישער קהילה היסטאָרישן שיל־בנין

אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון רבנים פֿון חב״ד. איבער 500 רבנים פֿון איבער 30 לענדער האָבן באַזוכט די שיל אין מאַרייׅנאַ ראָשטשאַ. די באַטייליקטע האָבן אַרומגערעדט די טעמעס פֿון קהילה־לעבן און אַנטוויקלונג פֿון קהילה־אינסטיטוציעס אין אייראָפּעיִשע שטעט, ווי אויך באַקעמפֿן שׂינאת־ישׂראל. נאָך דעם זענען זיי געפֿאָרן קיין סמאָלענסקער געגנט כּדי צו באַזוכן ליובאַוויטש, און קיין ווײַסרוסלאַנד, כּדי צו באַזוכן ליאַדי און ליאָזנע — הייליקע שטעט פֿאַר חסידים. נאָך דעם אומקערן זיך האָבן די רבנים זיך ווידער געקליבן אין מאָסקווע.

דער הויפּט־רבֿ פֿון דעם רוסלענדישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר, האָט גערעדט וועגן דעם, אויף וויפֿל בעסער איז די לאַגע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד איידער אין אייראָפּע: ווייניקער אַנטיסעמיטיזם (וואָס איז ריכטיק) און די שטיצע פֿון דער מלוכה. די מלוכה קערט די ייִדן צוריק די אַמאָליקע היסטאָרישע בנינים פֿון שילן, האָט ער באַטאָנט.

אַ טאָג נאָך דעם ווי דער צוזאַמענפֿאָר האָט זיך געענדיקט, איז געקומען אַ ידיעה פֿון ראָסטאָוו־אויף־דאָן (דרום־רוסלאַנד): די היגע אַדמיניסטראַציע, וואָס האָט פֿריִער צוגעזאָגט איבערצוגעבן דער ייִׅדישער קהילה דעם היסטאָרישן שיל־בנין, האָט זיך אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן. אין דעם בנין געפֿינט זיך אַ שפּיטאָל פֿאַר געשלעכט־קראַנקייטן. דער פּלאַן איז געווען, אויפֿצובויען פֿאַר דעם שפּיטאָל אַ נײַע געבײַדע — אָבער די אַדמיניסטראַציע האָט זיך באַרעכנט. די אָפֿיציעלע סיבה באַשטייט אין דעם, אַז דער דאָזיקער בנין, נאַציאָנאַליזירט אין 1928, האָט קיין מאָל ניט געהערט דעם חב”ד.


וועלאָסיפּעד פֿון ישׂראלדיקן קאָנסול איז צוגעגנבֿעט געוואָרן

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון סאַנקט־פּעטערבורג: דאָרטן האָט מען בײַ דעם קאָנסול פֿון מדינת־ישׂראל געגנבֿעט אַ וועלאָסיפּעד. דער קאָנסול רײַט אָפֿט אויפֿן וועלאָסיפּעד, און האָט אַ מאָל אים איבערגעלאָזט אין צענטער שטאָט. די פּאָליציי זוכט דעם וועלאָסיפּעד שוין עטלעכע טעג.