אַ לאַנגיאָריקע לערערקע אין אַ חרדישער מיידל־שול אויפֿן מערבֿ־ברעג איז אָפּגעזאָגט געוואָרן נאָך דעם וואָס זי האָט באַקומען אַ ליצענץ צו פֿירן אַן אויטאָ.
די פֿרוי האָט באַקומען די ליצענץ כּדי צו קענען גרינגער איבערפֿירן איר פֿאַרקריפּלטע טאָכטער, האָט זונטיק דערקלערט די חרדישע נײַעס־וועבזײַט „כּיכּר־השבת.‟ צוליב דעם וואָס איר טאָכטער איז אַן אינוואַליד האָט זי לעצטנס אויך באַקומען געלט פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאַרזיכערונג־אינסטיטוט צו קויפֿן אַן אויטאָ.
לויט דעם באַריכט האָט די לערערקע געפֿרעגט אַ שאלה בײַ אַ חשובֿן רבֿ פֿון איר קהילה „ביתּר־עלית‟, וואָס געפֿינט זיך אין „גוש עציון‟, און באַקומען פֿון אים אַ היתּר צו פֿירן אַן אויטאָ נאָך דעם וואָס איר מאַן איז ניט געווען מסוגל אויסצוהאַלטן דעם עקזאַמען פֿאַר שאָפֿערן.
אַנדערע אַרבעטער אין דער שול, וואָס האָבן גערעדט מיט „כּיכּר־השבת‟ מיטן תּנאַי, אַז זיי זאָלן קענען בלײַבן אַנאָנים, האָבן דערקלערט, אַז דער מנהל האָט געזאָגט וועגן דער סיטואַציע: „איך וועל ניט טאָלערירן קיין לערערין מיט אַ שאָפֿיר־ליצענץ.‟
די לערערקע און אירע קרובֿים האָבן ניט געוואָלט רעדן מיט „כּיכּר־השבת‟ וועגן דעם אינצידענט, ווײַל זיי האָבן ניט געוואָלט „מאַכן אַ חילול־השם.‟
ווען די ישׂראלדיקע צײַטונג „האָרץ‟ האָט אָנגעקלונגען דעם מנהל, האָט ער געזאָגט, אַז „איך מאַך ניט קיין אינטערוויוען אָבער די געשיכטע איז אין גאַנצן ניט אמת‟ און דערנאָך איבערגעריסן דעם שמועס.
לויט „האָרץ‟ פֿירט דער ישׂראלדיקער בילדונגס־מיניסטעריום איצט דורך אַן אויספֿאָרשונג איבער די באַריכטן.
געוויסע חרדישע סעקטעס דערלאָזן ניט, אַז פֿרויען זאָלן פֿירן אַן אויטאָ. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן אַ גרופּע בעלזער רבנים אין לאָנדאָן אַרויסגעלאָזט אַ קול־קורא, אין וועלכן זיי האָבן דערקלערט, אַז די קינדער פֿון מוטערס, וואָס פֿירן אַן אויטאָ וועלן אַרויסגעוואָרפֿן ווערן פֿון די בעלזער מוסדות התּורה. די רבנים האָבן שפּעטער דעם קול־קורא צוריקגעצויגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.