איבערזעצערין זעלדע ניומאַן וועט רעדן אין קאָנגרעס־ביבליאָטעק

Translator Zelda Newman To Speak at Library of Congress

ד״ר זעלדע ניומאַן
ד״ר זעלדע ניומאַן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 02, 2016, issue of September 30, 2016.
דאָס בוך „די דרײַצנטע שעה”
דאָס בוך „די דרײַצנטע שעה”

דעם 19טן סעפּטעמבער וועט די אַמעריקאַנער קאָנגרעס־ביבליאָטעק אין וואַשינגטאָן, בשותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, דורכפֿירן אַ ליטעראַרישן יום־טובֿ לכּבֿוד דעם נײַעם בוך The Thirteenth Hour [די דרײַצנטע שעה] — אַ זאַמלונג פֿון רבֿקה בת־חיימס לידער, אָפּגעדרוקט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף ענגליש.

ד״ר זעלדע ניומאַן, די איבערזעצערין פֿון די לידער, וועט זײַן די גאַסטרעדנערין. זי וועט אויך לייענען אַ טייל פֿון די לידער, און נאָך דעם וועט פֿאָרקומען אַ דיסקוסיע וועגן דעם בוך.

די אונטערנעמונג ווערט אָרגאַניזירט פֿון צוויי אָפּטיילן פֿון דער קאָנגרעס־ביבליאָטעק — דער „העברעיִשער אָפּטייל פֿון אַפֿריקאַנער און מיטעלן מיזרח‟ און דעם „טיש פֿון דער העברעיִשער שפּראַך‟.

רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, די פּרעמיערטע ישׂראלדיקע ייִדישע פּאָעטעסע, איז איינע פֿון די לעצט־פאַבליבענע מחברטעס פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. זי האָט אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער ווי אַ יונג מיידל אין דער ווילנער געטאָ, און שרײַבט עד־היום, אין עלטער פֿון 90 יאָר.

ד״ר ניומאַן, די פּענסיאָנירטע דירעקטאָרין פֿון ייִדישע שטודיעס אין לימאַן־קאָלעדזש, אַ שול פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט, איז אַ לינגוויסטין, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. שוין מער ווי 20 יאָר וואָס זי זעצט איבער באַסמאַן בן־חיימס ייִדישע לידער אויף ענגליש.

דער ליטעראַרישער יום־טובֿ, וואָס איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און אָפֿן פֿאַר אַלעמען, וועט פֿאָרקומען 12:00 אינעם „פּיקפֿאָרד־טעאַטער‟ אויף דעם אַדרעס:

James Madison Building, 3rd floor
101 Independence Ave. S. E.
Washington DC 20540

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע שרײַבט צו gshi@loc.gov אָדער gtev@loc.gov.