די מעלות פֿון פֿילשפּראַכיקייט

The Joys of Multilingualism

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 04, 2016, issue of September 30, 2016.

די מענטשן וואָס לעבן בלויז אין איין וועלט, מיט איין שפּראַך, מיט איין קולטור, וואָלט איך געזאָגט זײַנען שטאַרק פֿאַראָרעמט. וואָס פֿעלט זיי? פּונקט אַזוי װי אַ סימפֿאָניע האָט אַ סך אינסטרומענטן, פֿידל, טרומײט, פּויק און טשעלאָ, איז יעדע שפּראַך אַ קולטור־אוצר פֿאַר זיך, וואָס פֿאַרבינדט אונדז מיט גאָר אַן אַנדער וועלט, מיט אַן אַנדער פֿאָלק, אַמאָל אַפֿילו מיט אַן אַנדער פֿאָלקס גלויבן. 

אַ יעדעס ייִדיש קינד אין אַמאָליקן מזרח־אייראָפּע האָט זיך געקענט פֿאַרשטענדיקן מיט די שכנותדיקע פֿעלקער, צי דאָס זײַנען געווען די רומענער, אונגאַרער, ציגײַנער, אוקראַיִנער, פּאָליאַקן, רוסן צי טשעכן, און גענאָסן האָבן דערפֿון אַלע, דער עיקר ווען עס איז געקומען צו מאכלים, קליידונג, לידער, גלײַכווערטלעך, מעשׂיות, קללות צי סתּם פֿאָלקס־חכמות. 

בלויז דאָ אינעם אַמעריקאַנער שמעלצטאָפּ פֿון שפּראַכן און קולטורן, האָט מען זיך טאַקע „צעשמאָלצן‟, אַחוץ ווען ס׳איז געקומען צו כינעזיש, יאַפּאַניש, איטאַליעניש, ייִדיש און אינדישע מאכלים. דאָ איז מען זיכער אַז די שפּראַכן־פּאָליציי וועט דיך נישט באַפֿאַלן, ווײַל די חבֿרה שפּראַך־אויפֿפּאַסער עסן אַליין אין די זעלבע רעסטאָראַנען.

און אַזוי ווי מײַנע פֿריסטע יאָרן בין איך אויסגעוואַקסן אין מזרח־אייראָפּע, בין איך באַלאָדן מיטן קלאַנג פֿון יענע פֿרעמדע שפּראַכן, אַ חוץ מײַן מאַמע־לשון וואָס איך האָב געהערט פֿון די עלטערן.

נאָענט איז מיר געווען רוסיש, אַ טראָפּעלע פּויליש, אַ טשוטקעלע דײַטש מיט אַ גאַנץ נישקשהדיקן העברעיִש, צוליב אונדזער עליה אין די סוף זעכציקער יאָרן קיין ישׂראל. 

איך פֿאַרזיכער אײַך אַז מיר איז גוט, ווײַל איך בין נישט קיין יתום. פֿאַרקערט — איך פֿיל זיך אין דער היים מיט מײַנע אַמאָליקע שפּראַכן, דער עיקר ווען עס קומט צו רוסיש און העברעיִש. ווען איך טרעף זיך אָן מיט רוסיש־רעדער, צי דאָס איז אין ייִדישן טעאַטער צי אין אַ רוסישן רעסטאָראַן, בײַ אַ קאָנצערט, באַלעט צי אויף ברײַטאָן־ביטש אין ברוקלין, אַלץ איינס, נאָענט איז מיר דער קלאַנג פֿון רוסיש, און דער עיקר — די רוסישע לידער.

איך בין אויסגעוואַקסן קענענדיק פֿון אויסנווייניק פּושקינען, און שפּעטער, שוין דאָ אין אַמעריקע, אין ייִדישן לערער־סעמינאַר, שלינגענדיק די ווערק פֿון טאָלסטויען, דאָסטאָיעווסקין, מאַקסים גאָרקי, קאַפֿקאַ, טשעכאָוו און אפֿילו זאָשטשענקאָ, מיט אַ שלל פֿון זייערע קולטור־אוצרות, און אַלע ליטעראַרישע ווערק — אויף ייִדיש.