רבֿ זוכט קאָמפּענסאַציע צוליב אָלימפּישע גימנאַסטקעס באַנוץ פֿון זײַן ניגון

Rabbi Seeks Royalties for Olympic Gymnast's Use of His Melody

David Ramos/Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 04, 2016, issue of September 30, 2016.

אַ רבֿ אין ירושלים האָט געזאָגט, אַז ער וויל באַקומען געלט פֿון דער יאַפּאַנישער דעלעגאַציע צו דער אָלימפּיאַדע אין בראַזיל צוליב דעם וואָס אַ גימנאַסטקע האָט דורכגעפֿירט איר פּראָגראַם צו אַ מעלאָדיע, וואָס ער האָט קאָמפּאָנירט.

הרבֿ ברוך חייט, דער ראָש־ישיבֿה פֿון אַ ישׂראלדיקער מיטלשול „מערבה מכון רובין‟, האָט קאָמפּאָנירט דעם ניגון צום פּאָפּולערן ליד „כּל העולם כּולו גשר צר מאוד‟, וואָס עס האָט דעם טעקסט כּלומרשט אָנגעשריבן רבי נחמן בראַצלאַווער.

די גימנאַסטקע סאַיע מיִאַקאַוואַ איז אויפֿגעטראָטן צו אַ רעקאָרדירונג פֿונעם ניגון, געשפּילט דורך אַ קלעזמער־קאַפּעליע. אין אַן אינטערוויו מיט דער ישׂראלדיקער וועבזײַט Ynet האָט חייט געזאָגט, אַז די 16־יאָריקע גימנאַסטקע האָט קיינמאָל ניט געבעטן זײַן רשות צו נוצן די מעלאָדיע. דער רבֿ האָט ווײַטער דערקלערט, אַז ער וואָלט זי קיינמאָל ניט געגעבן דערלויבעניש אויפֿצוטרעטן צו זײַן ליד, ווײַל ער האַלט אַז איר רוטין איז געווען „נישט־צניעותדיק‟ און שטימט בכלל ניט מיט די ווערטן פֿון רבי נחמן בראַצלאַווער.

„ס׳איז אַ חרפּה,‟ האָט געזאָגט דער 70־יעריקער רבֿ, דערקלערנדיק אַז ער וועט „קעמפֿן פֿאַר דעם וואָס ס׳קומט מיר‟ וואָס שייך דעם האָנאָראַר פֿאַרן ליד. „ס׳איז ניט געווען די כּוונה פֿון רבי נחמן בראַצלאַווער, אַז מע זאָל שפּילן זײַנע ווערטער אויף דער אָלימפּיאַדע. ס׳איז ניט צניעותדיק,‟ האָט ער געזאָגט וועגן דעם רוטין. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז בעת מיִאַקאַוואַס אויפֿטריט האָט מען דווקא ניט געשפּילט די ווערטער פֿונעם ליד, בלויז דעם ניגון.

„ס׳איז ניט פּאַסיק,‟ האָט הרבֿ חייט דערקלערט. „ס׳איז קלאָר, אַז ס׳איז דאָך אַן ענין פֿון קדושה, אַז מע טאָר ניט אויסנוצן דאָס ליד פֿאַר וואָסער צוועק עס זאָל ניט זײַן. ס׳איז באַקאַנט אין די חסידישע קרײַזן, אַז דער דאָזיקער ניגון פֿאַרמאָגט קדושה.‟

די ווערטער פֿונעם ליד באַטײַטן: „די גאַנצע וועלט איז אַ שמאָלע בריק/ דער עיקר — איז ניט מורא צו האָבן.‟