יאַן גראַבאָווסקי, אַ היסטאָריקער בײַם אָטאַווער אוניווערסיטעט, ווייסט אַז זײַן קומעדיק בוך וועט זײַן קאָנטראָוועסיעל אין זײַן היימלאַנד, פּוילן. אָבער אויב דער פּוילישער פּאַרלאַמענט וועט דעם האַרבסט אַפּראָבירן אַ געוויס געזעץ־פּראָיעקט — און דערווײַל זעט טאַקע אויס, אַז יאָ — וועט מען אים צוליב זײַן בוך נאָך אפֿשר אַפֿילו פֿאַרמישפּטן אויף תּפֿיסה, טאָמער באַזוכט ער דאָס לאַנד.
גראַבאָווסקיס בוך, וואָס ער האַלט נאָך אין מיטן שרײַבן, אַנאַליזירט די ראָלע פֿון דער פּוילישער פּאָליציי בײַם באַגנבֿענען און דערהרגענען ייִדן אונטער דער נאַצישער מאַכט.
„טאָמער וועט מען טאַקע אָננעמען דאָס געזעץ, וועלן יונגע־לײַט מסתּמא איבערקלערן צי ס׳איז בכלל כּדאַי צו שטודירן ייִדיש־פּוילישע באַציִונגען,“ וואָרנט גראַבאָווסקי, צוגעבנדיק, אַז ס׳איז לעצטנס געוואָרן זייער שווער צו געפֿינען לערן־ און פֿאָרש־פּאָזיציעס אין פּוילן, בפֿרט צוליב דעם וואָס די מלוכה־געשטיצטע אוניווערסיטעטן זענען הײַנט די הויפּט־אַרבעט־געבערס.
דאָס געזעץ, צוגעגרייט פֿונעם יוסטיץ־מיניסטעריום, וואָלט געמאַכט פֿאַר אַ קרימינעלן פֿאַרברעכן (מיט אַ מעגלעכער שטראָף פֿון דרײַ יאָר תּפֿיסה), אַז מע זאָל באַשולדיקן פּוילן, אָדער דאָס פּוילישע פֿאָלק, אין די פֿאַרברעכנס פֿונעם דײַטשישן דריטן רײַך. דער געזעץ־פּראָיעקט, וואָס מ׳האָט געשיקט אינעם פּוילישן סיים [דער פּוילישער פּאַרלאַמענט], דעם 61טן אויגוסט, וועט מסתּמא אײַנגעפֿירט ווערן ווי אַ געזעץ ווען מע וועט דערויף שטימען אין סעפּטעמבער, ווײַל די רעגירנדיקע פּאַרטיי א״נ רעכט און גערעכטיקייט, וואָס שטיצט די לעגיסלאַציע, האַלט אַ שטאַרקע פּאַרלאַמענטאַרישע מאַיאָריטעט.
די פּוילישע עקסטרעם־רעכטע רעגירונג פֿאַרטיידיקט דעם געזעץ־פּראָיעקט ווי אַן עפֿעקטיוו און לעגאַל מיטל אַקעגנצוּווירקן די טענות אַז פּוילן און זײַן פֿאָלק טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די פֿאַרברעכנס פֿונעם חורבן. דאָס געזעץ האָט אין זינען צו באַקעמפֿן דאָס וואָס די מלוכה רופֿט אָן „די ליגנס“ וואָס קענען שאַטן דעם שם פֿון פּוילן, און וואָס „מע געפֿינט נאָר אין דער אויסלענדישער מעדיע“.
„נישט אונדזערע מאַמעס, נישט אונדזערע טאַטעס טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די דײַטשע און נאַצישע פֿאַרברעכנס אינעם אָקופּירטן פּוילן, במשך פֿונעם חורבן,“ האָט דערקלערט דער יוסטיץ־מיניסטער זביגניעוו זשיאָבראָ אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ דעם 16טן אויגוסט. „אונדזער חיובֿ איז צו פֿאַרטיידיקן דעם אמת און ווערדע פֿון דער פּוילישער מלוכה, דעם פּוילישן פֿאָלק, און פֿון אונדזערע טאַטעס, מאַמעס און זיידעס“.
דער פּוילישער יוסטיץ־מיניסטעריום האָט זיך נישט אָפּגערופֿן אויף פֿראַגעס פֿונעם Forward וועגן דעם ווי אַזוי דאָס געזעץ וואָלט געווירקט, ווען מע וועט אים אײַנפֿירן.
פֿונדעסטוועגן האָבן קריטיקער מורא אַז דאָס געזעץ וועט אײַנשרעקן זשורנאַליסטן און היסטאָריקערס, אַז זיי זאָלן זיך אָפּזאָגן אויסצופֿאָרשן די פּוילישע מיטשולד בײַם דערמאָרדן ייִדן בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. לויט יאַצעק לעאָטשאַק, דער הויפּט פֿון דער חורבן־ליטעראַטור־פֿאָרשונג בײַ דער „פּוילישער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿטן‟, קער דאָס געזעץ שאַטן דעם אָנגעבן אויף מלוכה־סובווענצן מצד יונגע פּוילישע פֿאָרשערס אויף פֿאָרשפּראָיעקטן. „יונגע פֿאָרשערס וועלן זיך איצט קווענקלען צי זיי זאָלן אָנגעבן אויף העכערע שטודיעס וועגן פּויליש־ייִדישע באַציִונגען“, האָט ער פֿעסטגעשטעלט אין אַ טעלעפֿאָן־אינטערוויו.
גראַבאָווסקי, וואָס האַלט איצט אין שרײַבן זײַן בוך, „די ראָלע פֿון דער בלויער פּאָליציי אין דער אויסניכטונג פֿון פּוילישע ייִדן‟, איז געווען אומזיכער וועגן דעם צי די פֿירגעלייגטע לעגיסלאַציע וועט אים אויסשטעלן אויף אַ לעגאַלן מישפּט. „פֿונדעסטוועגן, אַז מע נעמט אין אַכט די איצטיקע שטימונג און די באַציִונג פֿון דער איצטיקער רעגירונג וואָלט מיר נישט געווען קיין חידוש,“, האָט ער געזאָגט. „דאָס אַרויסגעבן אַזאַ בוך שטעלט [דעם מחבר] אין אַ סכּנה פֿון אַגרעסיווע אַקציעס און יורידישע אָנקלאָגן.‟
די פֿאָרשער בײַם „יד־ושם‟ האָבן אויך פֿאַרדאַמט די לעגיסלאַציע. „דאָס קריטיקירן היסטאָרישע אויספֿאָרשונגען איז אַ געפֿערלעכער טראָט,“ האָט אין אַ טעלעפֿאָן־אינטערוויו באַטאָנט דן מיטשמאַן, דער הויפּט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג בײַם „יד־ושם‟. „סע מאַכט קאַליע די רעפּוטאַציע וואָס פּוילן האָט זיך אײַנגעשאַפֿן זינט דעם אונטערגאַנג פֿונעם קאָמוניזם.‟
לויט מיטשמאַנען האָט פּוילן, נאָך דער מפּלה פֿונעם קאָמוניזם אין 1989, געשפּילט אַ פֿירנדיקע ראָלע אין מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע בײַם דורכמאַכן אַ חשבון־הנפֿש, און פּוילן האָט זיך אָפּגעגעבן מיט זײַן עבֿר נאָך בעסער ווי ס׳האָבן עס געטאָן די אַנדערע לענדער פֿונעם סאָוועטישן בלאָק. מיטשמאַן זעט די פֿירגעלייגטע פּוילישע לעגיסלאַציע ווי אַ טראָט אויף צוריק, וואָס מע וואָלט גיכער געזען אין משך פֿון דער טאָטאַליטאַרישער קאָמוניסטישער תּקופֿה.
„אַלע ווייסן, אַז סע זענען געווען פּאָליאַקן וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דערהרגענען ייִדן“, האָט יהודה באַוער, אַ ישׂראלדיקער חורבן־פֿאָרשער באַקאַנט איבער דער וועלט, איבערגעגעבן „הארץ‟ דעם 24סטן אויגוסט. „אַז מע טענהט אַנדערש לייקנט מען די פֿאָרשונג וואָס האָט שוין אויפֿגעוויזן אַזוינע מעשׂים, און לויט מײַן מיינונג איז עס אַ לייקענונג פֿונעם חורבן גופֿא“. באַוער איז דער אַקאַדעמישער בעל־יועץ בײַם „יד־ושם‟.
אַ גרופּע פֿון די סאַמע בכּבֿודיקסטע חורבן־היסטאָריקער אין פּוילן, דער „פּוילישער צענטער פֿון חורבן־פֿאָרשונג‟, האָט לעצטנס שאַרף קריטיקירט די נײַסטע מלוכישע פּרוּוון צו לייקענען אָדער מינימיזירן די ראָלע פֿון פּאָליאַקן בײַם דערמאָרדן ייִדן בשעת און באַלד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער צענטער איז אַן אָפּטייל פֿון דער „פּוילישער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿטן‟.
דער צענטער האָט בפֿרט קריטיקירט דעם גבֿית־עדות לעצטנס פֿון יאַראָסלאַוו שאַרעק, דער נאָר וואָס באַשטימטער פּרעזידענט פֿונעם „אינסטיטוט פֿון נאַציאָנאַלן אָנדענק‟. שאַרעק האָט איבערגעגעבן אַ פּאַרלאַמענטאַרישער קאָמיסיע, די שחיטה פֿון בערך 300 ייִדן אין יעדוואַבנע, צפֿון־מיזרח־פּוילן, אין 1941, האָבן דורכגעפֿירט דײַטשן, נישט פּאָליאַקן. דאָס איז דווקא געווען אין דירעקטער סתּירה מיט אַ פֿאָרמעלן אויספֿיר פֿון זײַן אייגענעם אינסטיטוט אין 2002. אין 2011 האָט די פּוילישע רעגירונג זיך פֿאָרמעל אַנטשולדיקט פֿאַר די הריגות, און אָנערקענט אַז דאָס האָבן טאַקע פּאָליאַקן דורכגעפֿירט דעם פּאָגראָם.
די איצטיקע רעגירונג האָט אָבער געגעבן אָנצוהערן אויף איר פֿעסטקייט איבערצופֿורעמען די פּוילישע געשיכטע. אויף אַ קאָנפֿערענץ דעם 17טן נאָוועמבער 2015, פֿאַררופֿן דורכן פּוילישן פּרעזידענט אַנדזשיי דודאַ, האָט מען געהייסן דעלעגאַטן פֿון פּוילישע מוזייען און אַנדערע קולטורעלע אינסטיטוציעס צו דערוועקן דעם פּוילישן נאַציאָנאַליזם און פּטור ווערן פֿון געשיכטלעכע באַשרײַבונגען, וואָס פֿאַרשעמען פּוילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.