פֿילם וועט דערציילן וועגן געראַטעוועטן געטאָ־אַרכיוו

Film Will Tell Story About Rescued Ghetto Archive


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 08, 2016, issue of September 30, 2016.

מע האָט שוין אָנגעהויבן פֿילמירן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם Who Will Write Our History?, וואָס דערציילט די געשיכטע פֿונעם „עונג־שבת“־אַרכיוו, פֿאַררעכנט צווישן די וויכטיקסטע זאַמלונגען חורבן־דאָקומענטאַציע איבער דער וועלט.

דער פֿילם איז באַזירט אויפֿן בוך פֿונעם זעלבן נאָמען, געשריבן פֿונעם היסטאָריקער, ד״ר שמואל קאַסאָוו (טריניטי־קאַלעדזש), אַרויסגעגעבן דורך אינדיאַנאַ־יוניווערסיטי־פּרעס. אין אַ רעצענזיע פֿונעם בוך, האָט דער היסטאָריקער פּיטער נ. מילער געהאַט געשריבן: „אין משך פֿון לאַנגע יאָרן איז רינגעלבלומס אַרכיוו געלעגן אויף דר׳ערד, אָדער אין וואַנעס, אָדער אין פֿאַרמאַכטע שאַפֿקעלעך, און האָבן אַלץ געוואַרט און געוואַרט. מיטן אַרויסגעבן דאָס בוך איז קאַסאָוו געוואָרן דער סאַמע ערשטער וואָס האָט אַרויסגעשטעלט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט אַ בילד פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, ווי אויך פֿונעם מסירת־נפֿש פֿונעם הויפּטהעלד, רינגעלבלום. צוליב דעם איז דאָס בוך אַליין — ממש אַן אַקט פֿון אָפּראַטעווען די געשיכטע — שטאַרק־שטאַרק וויכטיק.‟

דער פֿילם ווערט פֿינאַנצירט סײַ דורך פּריוואַטע מנדבֿים, סײַ דורך אַ פֿאָלקס־קאַמפּאַניע אויף דער אינטערנעץ, אין וועלכער יחידים און אָרגאַניזאַציעס שיקן אַרײַן בײַשטײַערס. אַלע בײַשטײַערס איבער $180 וועלן דערמאָנט ווערן אין די קרעדיטן בײַם סוף פֿונעם פֿילם.

די פּראָדוצירער, ראָבערטאַ גראָסמאַן און נענסי ספּילבערג, האָבן דערווײַל אַרויסגעלאָזט די ערשטע זעקס מינוט פֿונעם פֿילם, כּדי צו ווײַזן דעם ברייטן עולם די הויכע קוואַליטעט פֿון דער פּראָדוקציע און דערבײַ אויך ווײַזן פֿאַר וואָס ס׳איז וויכטיק צו שטיצן דעם פּראָיעקט.

דער אַרכיוו איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אין די גרויליקע טעג פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה ווי אַ גבֿית־עדות פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין וואַרשעווער געטאָ. געשאַפֿן דעם אַרכיוו — בערך 25,000 פּרעזערווירטע בלעטלעך באַהאַלטענע אין דרײַ מילכקאַנען און כאָטש צען מעטאַלענע קעסטלעך אין די קעלערן פֿון עטלעכע בנינים אין געטאָ — האָט דער היסטאָריקער, לערער, כּלל־טוער און וויזיאָנער עמנואל רינגעלבלום. ער, מיט אַן ערך זעכציק אַנדערע לערערס, שרײַבערס, כּלל־טוערס, דאָקטוירים, רבנים, פֿאָרשערס און קהילה־אַרבעטערס וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די ברייטע גאַמע פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן לעבן (סײַ ציוניסטן סײַ בונדיסטן, סײַ פֿרומע סײַ פֿרײַע) האָבן זיך געטראָפֿן אין די שבת־נאָכמיטאָגן (דערפֿאַר האָט ער עס אַ קאָדנאָמען געגעבן „עונג־שבת“) און אונטער רינגעלבלומס הדרכה און פֿירערשאַפֿט האָבן זיי באַשריבן דעם גרויל, די אַכזריות־אַקטן און מערדערײַען פֿון דײַטשישע הענט, די שרעקלעכע לעבנס־באַדינגונגען און הונגער, ווי אויך דאָס געראַנגל פֿון פּוילישע ייִדן אין געטאָ זיך צו האַלטן בײַם לעבן, נישט־געקוקט אויפֿן טויט וואָס איז זיי געשטאַנען פֿאַר די אויגן.

צווישן די מאַטעריאַלן געפֿינען זיך אויך געטאָוויצן, לידער, פֿאָלקלאָר, טעאַטער־שילדן, טאָגביכער, פֿאָטאָגראַפֿיעס, מאָנאָגראַפֿן, בריוו, טראַמווײַ־בילעטן, מעלדונגען פֿונעם יודענראַט און אַנדערע אַרטיפֿאַקטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין וואַרשעווער געטאָ וואָס די געטאָ־אײַנוווינערס האָבן — וויסנדיק אַז זיי וועלן מסתּמא אַליין נישט איבערלעבן דעם חורבן — אַליין געשאַפֿן אָדער צונויפֿגענומען און באַהאַלטן.

נאָר דרײַ פֿון די באַטייליקטע אינעם „עונג־שבת“־אַרכיוו האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, און אין 1946 און 1950 האָט מען סוף־כּל־סוף געפֿונען און אויפֿגעגראָבן די טויזנטער דאָקומענטן, געשריבענע סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף פּויליש. צענדליקער יאָרן נאָך דעם זענען זיי אָבער אָפּגעלעגן אינעם וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. ערשט אין 1990 האָט מען געפֿונען פֿאָנדן צו ניצן מאָדערנע פּרעזערוויר־טעכניקן אָפּצוראַטעווען דעם זיך צעקרישלענדיקן אוצר.

די אָ גאַנצע געשיכטע האָט באַשריבן פּראָפֿ׳ שמואל קאַסאָוו (טריניטי־קאַלעדזש/האַרטפֿאָרד, קאָנ׳) אין זײַן וועגווײַזערישער פֿאָרשאַרבעט פֿונעם אַרכיוו, „ווער דען וועט פֿאַרשרײַבן אונדזער געשיכטע?‟, אַרויסגעגעבן דורך אינדיאַנאַ־יוניווערסיטי־פּרעס. דער היסטאָריקער פּיטער נ. מילער האָט, אין אַ רעצענזיע פֿונעם בוך, געשריבן אַזוי: „אין משך פֿון לאַנגע יאָרן איז רינגעלבלומס אַרכיוו געלעגן אויף דר׳ערד, אָדער אין וואַנעס, אָדער אין פֿאַרמאַכטע שאַפֿקעלעך, און האָבן אַלץ געוואַרט און געוואַרט“. מיטן אַרויסגעבן דאָס בוך איז קאַסאָוו געוואָרן דער סאַמע ערשטער וואָס האָט אַרויסגעשטעלט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט אַ בילד פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, ווי אויך פֿונעם מסירת־נפֿש פֿונעם הויפּטהעלד, רינגעלבלום. צוליב דעם איז דאָס בוך אַליין — ממש אַן אַקט פֿון אָפּראַטעווען די געשיכטע — שטאַרק־שטאַרק וויכטיק.

אין 2013 האָבן אינדיאַנאַ־יוניווערסיטי־פּרעס און פּראָפֿ׳ קאַסאָוו מסכּים געווען צו פֿאַרקויפֿן דאָס רעכט אויף אַ דאָקומענטאַר, באַזירט אויפֿן בוך, דעם פֿילמאָגראַף ראָבערטאַ גראָסמאַן. איצט, מער ווי זעבעציק יאָר נאָכן אײַליקן באַגראָבן דעם אַרכיוו ערבֿ דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, קען מען סוף־כּל־סוף „הערן די קולות‟ פֿונעם „עונג־שבת“־אַרכיוו אינעם דאָקומענטאַר אויפֿן זעלבן נאָמען ווי דאָס בוך. ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, די פּראָגראַם־דירעקטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג בײַם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן‟ אין וואַרשע, הייבט אַרויס די אייגנאַרטיקייט און וויכטיקייט פֿונעם דאָקומענטאַר: „ס׳רובֿ חורבן־דאָקומענטאַרן פֿאַרלאָזן זיך אויף דער הײַנטיקער שארית־הפּליטה. ‎דער ׳עונג־שבת׳־אַרכיוו ווײַזט אָבער אָן אויף עפּעס אין גאַנצן אַנדערשס — און קיין שום דאָקומענטאַר האָט עס נאָך פֿריִער נישט געוויזן. נאָך נעענטער צום מאָמענט און אָרט וואָס די דאָקומענטן באַשרײַבן קען מען זיך שוין נישט געפֿינען. די וואָס האָבן געלעבט אין שאָטן פֿון טויט — און דערנאָך ממש געשטאַנען פֿאַרן טויט — האָבן געשאַפֿן די דאָקומענטן טאַקע אין יענעם מאָמענט און אָרט. נישטאָ קיין פֿאַרגלײַך מיט אַזאַ אויסערגעוויינטלעכן רעקאָרד, וואָס איז אַרויסגעקומען פֿון אַזוינע וואָס האָבן אײַנגעשטעלט דאָס לעבן, כּדי צו פֿאַרדאָקומענטירן די טראַגעדיע, וויסנדיק אַז זיי וועלן אפֿשר אַליין נישט איבערלעבן, אַבי צו פֿאַרזיכערן אַז די וועלט זאָל וויסן וואָס איז געשען“.