ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow


פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published September 08, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ טאָג פֿון ייִדישע שפּראַכן

אינעם „מאָסקווער ייִדישן מוזיי‟ איז זונטיק דעם 4טן סעפּטעמבער פֿאָרגעקומען אַ „טאָג פֿון ייִדישע שפּראַכן‟. אַן ערך 50 מענטשן זענען געקומען, כּדי זיך צו לערנען וועגן די שפּראַכן און זייער קולטור. דער טאָג האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער אָפֿענער לעקציע פֿון העברעיִש, און דערנאָך האָבן די וועגווײַזער פֿון מוזיי דורכגעפֿירט אַן עקסקורסיע „לשון־קודש און העברעיִש אין דער זאַמלונג פֿונעם מוזיי‟. נאָך דעם — אַן עקסקורסיע אין דעם גאַנצן מוזיי, אַן אָפֿענע לעקציע פֿון ייִדיש, און אַ דערציילונג וועגן די עקספּאָנאַטן פֿון דער מוזיי־זאַמלונג, פֿאַרבונגן מיט ייִדיש.


היסטאָריקער וואַסילי שטשעדרין פֿירט דעם ערשטן וועבינאַר בײַ „ספֿר‟

דער צענטער פֿון ייִדישע לימודים „ספֿר‟ האָט אָנגעהויבן זײַן פּראָגראַם פֿון וועבינאַרן. דעם ערשטן וועבינאַר האָט דורכגעפֿירט וואַסילי שטשעדרין, אַ היסטאָריקער פֿון רוסלאַנד, איצטער — פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אין קאַנאַדע. ער איז אַ קענער פֿון „וויסנשאַפֿט דעס יודנטומס‟ אין רוסלאַנד — רוסישע ייִדישע לימודים פֿאַר דער רעוואָלוציע. אויף דעם ערשטן וועבינאַר איז די רייד געגאַנגען וועגן פּעריאָדיזאַציע און באַזיניקונג פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישע לימודים אין צאַרישן רוסלאַנד.


20### סטודענטן אין דער „הויכשול פֿון עקאָנאָמיק‟ שטודירן העברעיִש

אין איינעם פֿון די בעסטע מאָסקווער אוניווערסיטעטן — אין דער „הויכשול פֿון עקאָנאָמיק‟, וואָס האָט אויך פֿאַקולטעטן פֿון הומאַניטאַרער וויסנשאַפֿט, האָט מען אָנגעהויבן צו לערנען העברעיִש. אַרום 20 סטודענטן פֿון שפּראַך־וויסנשאַפֿט שטודירן העברעיִש. דאָס רובֿ האָבן אויסגעקליבן העברעיִש צוליב דעם אינטערעסאַנטן אלף־בית און גראַמאַטיק.


עגנונס ראָמאַן, „אַ גאַסט אויף אַ נאַכט‟, איבערגעזעצט אויף רוסיש

דער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן ש”י עגנונס ראָמאַן „אַ גאַסט אויף אַ נאַכט‟ [אורח נטה ללון], וואָס איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין ישׂראל אין 1939. דאָס איז די ערשטע איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן אויף רוסיש.


צה״ל־אָרקעסטער באַטייליקט זיך אין פֿעסטיוואַל פֿון מיליטער־אָרקעסטערס

אין מאָסקווע האָט זיך געענדיקט דער פֿעסטיוואַל פֿון מיליטער־אָרקעסטערס, „ספּאַסקער טורם‟, וואָס קומט פֿאָר צום 10טן מאָל אויפֿן מאָסקווער רויטן פּלאַץ. שוין לאַנג נעמען אינעם פֿעסטיוואַל אָנטייל אָרקעסטערס פֿון רוסלאַנד, אייראָפּע און אַראַבישע לענדער. הײַ־יאָר האָט זיך צום ערשטן מאָל אין דעם פֿעסטיוואַל באַטייליקט דער אָרקעסטער פֿון צה”ל — דער ישׂראלדיקער אַרמיי. דער רעפּערטואַר האָט געקלונגען מאָדנע פֿאַר אַ מיליטער־אָרקעסטער: „ווען איך בין אַ ראָטשילד‟, נאָך אַ פּאָר קלעזמער־מעלאָדיעס און אַ ליד פֿון נעמי שמר.


צוויי רעזשיסאָרן פֿון חורבן־פֿילמען באַטייליקן זיך אין דיסקוסיע וועגן זייערע פֿילמען

דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי האָט אָרגאַניזירט אַ ריי אונטערנעמונגען לזכר די קרבנות פֿון חורבן. בתוכם אַן אָפֿענע דיסקוסיע וועגן דעם ווי אַזוי איז די דײַטשע געזעלשאַפֿט געקומען צו אַ צושטאַנד, אין וועלכן דער חורבן איז געווען מעגלעך, און דעמונסטראַציעס פֿון פֿילמען: „ייִדן פֿון גראָדנער געגנט, זייער גורל‟ און „דער ווייטיק פֿון זכּרון, די טרערן פֿון געטאָ‟ פֿון בנימין יערוזאַלים און „די קינדער פֿון טעהעראַן‟ פֿון דליה גוטמאַן. יערוזאַלימס פֿילמען דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד און דעם חורבן אין גראָדנע. גוטמאַנס פֿילם דערציילט וועגן דער אָפּעראַציע, דורך וועלכער 700 ייִדישע קינדער פֿון פּוילן זענען אַרויסגעפֿירט געוואָרן פֿון דאָרטן, דורכגעפֿאָרן אַ סך לענדער און שטעט (בתוכם טעהעראַן) און געקומען קיין ארץ־ישׂראל. אויפֿן עקראַן דערציילן די אַמאָליקע קינדער, איצט — 80־יעריקע מענטשן, וועגן דער רײַזע. צוליב דער דעמאָנסטראַציע פֿון פֿילמען זענען געקומען קיין מאָסקווע די ביידע רעזשיסאָרן. זיי האָבן אָנטייל גענומען אין די דיסקוסיעס וואָס זענען אָרגאַניזירט געוואָרן נאָכן ווײַזן די פֿילמען.


פֿיפֿטער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין קאַזאַן

אַ ידיעה פֿון קאַזאַן: דאָרטן איז פֿאָרגעקומען דער 5טער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק. אין זײַן ערשטן טאָג, דעם 2טן סעפּטעמבער, האָט מען געגעבן אַ גרויסן גאַסן־קאָנצערט, און אין זײַן לעצטן טאָג, דעם 4טן, אַ גאַלאַ־קאָנצערט אין אַ זאַל. אינעם פֿעסטיוואַל האָבן זיך באַטייליקט מוזיקער פֿון אַלע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן.

אויפֿן פֿעסטיוואַל איז געקומען מיט אַ וויזיט דער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד, צבֿי חפֿץ. אַחוץ די קאָנצערטן, האָט ער באַזוכט דעם אויטאָ־זאַוואָד „קאַמאַז‟ און זיך געטראָפֿן מיט דעם פּרעזידענט פֿון טאַטאַרסטאַן רוסטאַם מיניכאַנאָוו. מיניכאַנאָוו האָט אים פֿאָרגעלייגט צו אַנטוויקלען צוזאַמענאַרבעט צווישן טאַטאַרסטאַן און מדינת־ישׂראל אין כעמישער אינדוסטריע, לאַנדווירטשאַפֿט, קולטור און מעדיצין.


חיות־רעכט גרופּע פּרוּווט אָנקלאָגן ייִדישע קהילה צוליבן מינהג פֿון שלאָגן כּפּרות

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון פּערם, אַ גרויסער שטאָט אויף צפֿון־רוסלאַנד. דאָרטן האָט זיך אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַר פֿאַרטיידיקן חיות געוואָנדן אין פּראָקוראַטור, פֿאָדערנדיק, זי זאָל אָנהייבן אַ פּראָצעס קעגן דער ייִדישער קהילה צוליב דעם מינהג פֿון שלאָגן כּפּרות, אין וועלכן מע דרייט איבערן קאָפּ אַ לעבעדיקע הון און שעכט זי פֿאַר די אויגן פֿון די קינדער. די פּראָקוראַטור האָט געענטפֿערט, אַז דער מינהג ווערט דורכגעפֿירט „פּינקטלעך לויט די אַלטע הייליקע ביכער‟, און דערפֿאַר זענען ניטאָ קיין סיבות אָנצוהייבן אַ פּראָצעס. אין אַ חודש אַרום וועט מען דרייען און שעכטן הינער אין דער פּערמער שיל.