דאָס מאָל וועלן מיר אין דער רובריק אָנהייבן אַ נײַ קאַפּיטל. נעמען זיך מוזן מיר צו דעם שרײַבער וואָס פֿאַרדינט בײַ אונדז דעם אויבנאָן — שלום־עליכם.
אין די סוף 1990ער יאָרן האָב איך געהאַט דעם כּבֿוד צוזאַמענצואַרבעטן מיט חיים ביידער ע״ה, וואָס ער איז געווען בפּועל דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון דער „צוקונפֿט“. האָט ער באַשלאָסן צו שלום־עליכמס 140סטן געבוירן־טאָג (1999) אַרויסצוגעבן אַ ספּעציעלן, פֿאַרגרעסערטן נומער — אפֿשר דער גרעסטער נומער פֿון די איבער 100 יאָר „צוקונפֿט“, 164 זײַטלעך. (אַז איך, דער יונגער שנעק, האָב ביידערן אַ פֿרעג געטאָן פֿאַר וואָס נישט צום 150סטן, האָט ביידער, וואָס ר׳איז שוין געווען נישט ווײַט פֿון די אַכציק, געענטפֿערט: כ׳האָב מורא, אַז איכ׳ל דאָס נישט דערלעבן. וכּך־הווה…)
אינעם אַרײַנפֿיר צום נומער שרײַבט דער שעף־רעדאַקטאָר: „וועגן שלום־עליכמס לעבן און שאַפֿן זײַנען אָנגעשריבן הונדערטער ביכער, טויזנטער אַרטיקלען, אַ קאָלאָסאַלע צאָל וויסנשאַפֿטלעכע אויספֿאָרשונגען…. און דאָך איז דאָס געשטאַלט פֿונעם געניאַלן ייִדישן שרײַבער נאָך ביזן סוף ניט אַנטפּלעקט, ווײַל שלום־עליכם איז אומאויסשעפּלעך“. דער נומער איז אַ גרויסער אויפֿטו, וואָרן ביידער האָט אָפּגעדרוקט סײַ נאָך נישט באַקאַנטע מאַנוסקריפּטן, סײַ ווייניק באַקאַנטע אָפּהאַנדלונגען, סײַ נײַע אַרטיקלען. אויב איר וועט האָבן אַ מעגלעכקייט איז כּדאַי אים איבערצולייענען פֿונעם אָנהייב ביזן סוף.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ וועלן מיר שלום־עליכמען אויך נישט אויסשעפּן, נאָר אַ ביסל לערנען זײַן לשון קענען מיר יאָ. וואָלט איך געוואָלט אָנהייבן מיט אַ ווינציק באַקאַנטן טעקסט: זײַן באַאַרבעטונג פֿאַרן טעאַטער פֿון „טבֿיה דער מילכיקער“. אין דער רובריק איז אָט די פּיעסע שוין דערמאָנט געוואָרן, אָבער חוץ דעם כּמעט בײַ קיינעם נישט. ווי שוין אָנגעוויזן, האָט אויפֿן סמך פֿון דער פּיעסע געמאַכט זײַן פֿילם „טבֿיה“ מאָריס שוואַרץ. אַנדערש פֿונעם ראָמאַן — אין דער אמתן: אַ סעריע דערציילונגען, וואָס איז ברייט איבערגעזעצט געוואָרן, האָט מען, אויף וויפֿל מיר ווייסן, די פּיעסע קיין מאָל אויף קיין אַנדער לשון נישט איבערגעזעצט. אויך די ליטעראַטור־פֿאָרשערס האָבן זיך מיט דעם נישט פֿאַרנומען. כ׳האָב געהערט זאָגן, אַז פֿון איר האָט מען בשעתּו נישט געהאַלטן. מיר ווייסן אויך, אַז בכּלל איז מיט זײַנע ווערק פֿאַרן טעאַטער דורכגעפֿאַלן שלום־עליכם, דער הויפּט אין אַמעריקע — איין סיבה פֿאַר וואָס ער האָט זיך נישט געוואָלט דאָ באַזעצן; ער האָט עס נאָר געטאָן ווײַל ער האָט געמוזט.
הײַנט צו וואָס זיך פֿאַרנעמען דערמיט? ווי איר קערט וויסן דיסקוטירט מען שוין לאַנג דעם ענין צי שלום־עליכמס לשון האָט ער איבערגענומען פֿונעם פֿאָלק צי פֿאַרקערט, ער האָט גאָר דעם פֿאָלק (אינעם געשטאַלט פֿון די העלדן פֿון זײַנע ווערק) אַרײַנגעלייגט אין מויל זײַן אייגן לשון. צי ס׳איז באמת ס׳לשון פֿון פֿאָלק זענען מיר נישט גרייט צו פּסקענען, נאָר לערנען זיך בײַ אים ווי אַזוי זײַנע העלדן האָבן גערעדט איז אַַוודאי כּדאַי. דווקא אין אַזאַ דראַמאַטיש ווערק דאַכט זיך אונדז, אַז ער איז יאָ געטרײַ דעם גערעדטן לשון פֿון יענער צײַט, העכער 100 יאָר צוריק.
נאָך איידער ס׳הייבט זיך אָן דער ערשטער אַקט ממש, פֿון די אָנווײַזונגען פֿאַרן אַנסאַמבל, קען מען זיך עפּעס אָפּלערנען. די סצענע הייבט זיך אָן אין אַ דאָרפֿשטוב, אין אַ „גראָם חדר“. פֿון די צוויי ווערטער דערוויסן מיר זיך, 1. אַז פּונקט ווי בײַ באַשעוויסן, איז בײַ שלום־עליכמען איז „חדר“ טײַטש „צימער“; 2. ס׳איז „דאָס חדר“, נישט „דער“; 3. דאָס וואָרט וואָס אויף דײַטשיש איז עס geräumig, ד״ה „רחבֿותדיק, מיט אַ סך אָרט“, איז בײַ דעם שרײַבער נישט „גערוים“, נאָר „גראָם“. (אין זײַן באַקאַנטן משל — און אויף זײַן מצבֿה — שרײַבט אַזוי אויך אליעזר שטיינבאַרג:
„טרויעריק, קינדער, אויף דער וועלט דער ברייטער, גראָמער / ביטער. מיט אַ משל כאָטש זיך קוויקן לאָמיר“.
אַגבֿ, איז „געראַם“ אָדער „גראָם“ טייל פֿון דער סעריע ווערטער וואָס מע שרײַבט בדרך־כּלל מיט „וי“, נאָר וואָס מע רעדט גיכער אַרויס מיט „אַ“ אָדער „אָ“: צוים, קוים, שוים, זוימען „זריעה“, פֿאַרזוימען (מער באַקאַנט ווי „פֿאַרזאַמען“).
אין שײַכות נישט מיט לשון, נאָר מיט מינהגים דערוויסן מיר זיך, אַז נישט־געקוקט אויפֿן געבאָט, אַז מע טאָר נישט „מאַכן אַ געשניץ אָדער אַ שום געשטאַלט פֿון וואָס איז הימל אויבן, אָדער וואָס אויף דער ערד אונטן, אָדער אין וואַסער אונטער דער ערד“ (תּרגום יהואש), וואָס גאָר פֿרומע ייִדן טײַטשן אויס, אַז ס׳זענען פֿאַרווערט פֿאָטאָגראַפֿיעס אָדער פּאָרטרעטן, זענען בײַ טבֿיהן אין שטוב געהאָנגען פּאָרטרעטן „פֿון ר׳ משה מאָנטעפֿיאָרע, פֿון ד״ר הערצל און פֿון גראַף טאָלסטוי“.
אינעם קומעדיקן המשך וועלן מיר זיך שוין נעמען צום דיאַלאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.