שלום־עליכם איז באַקאַנט פֿאַר זײַן ווערטל: „לאַכן איז געזונט, דאָקטוירים הייסן לאַכן.‟ פּסיכאָלאָגן האַלטן אָבער, אַז נאָך געזינטער ווי לאַכן איז צו וויינען, ווײַל אַזוי לאָזט אַ מענטש אַרויס אַלע נעגאַטיווע געפֿילן וואָס זאַמלען זיך אָן אין דער נשמה: כּעס, טרויער, אַנגסטן, פֿרוסטרירונג…
דער באַקאַנטער חסידישער בדחן און קאָמפּאָזיטאָר מאָטי אילאָוויטש האָט לעצטנס, אין איינעם מיטן זינגער דובֿי מײַזלס, רעקאָרדירט אַ נײַ ייִדיש ליד, „דורכגאַנג‟ (ווערטער און מוזיק פֿון אילאָוויטשן), וואָס דריקט אויס מיטגעפֿיל און סענסיטיווקייט פֿאַר מענטשן, וואָס געפֿינען זיך אין אַ שווערן עמאָציאָנעלן מצבֿ. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ חסידישע לידער, וואָס לויבן דעם אייבערשטן, אָדער באַשרײַבן אַ געוויסן הייליקן מאָמענט, באַמיט זיך דאָס ליד צו געבן חיזוק צו אַ פֿרײַנד, קרובֿ אָדער סתּם אַ באַקאַנטן, וואָס לײַדט יסורים, און צו פֿאַרזיכערן דעם מענטשן, אַז ער (אָדער זי) איז נישט אַליין.
איך ווייס אַז מע זאָגט דיר אַז דו זאָלסט נישט זײַן צעבראָכן
איך ווייס אַז מע זאָגט דיר לייג אײַז אויפֿן שניט וואָס האָט דיך צעשטאָכן
איך ווייס אַז מע זאָגט דיר אַז ס׳וועט ווערן ביז אַ פּאָר וואָכן
איך זע דײַנע אויגן נאַס און איך זע ווי דײַן בלוט טוט קאָכן…
נישטאָ קיין מענטש וואָס וויינט נישט, דאגות איז דאָ שטענדיק
דאָס אַלעס אָבער מיינט נישט אַז די וועלט האָט זיך געענדיקט
זײַן צעבראָכן איז נישט קיין סתּירה
פֿון אָנקומען צו די העכסטע מדרגות און גבֿורה.
אַחוץ דעם וואָס דאָס ליד באַטאָנט דעם פּסיכאָלאָגישן עלעמענט, איז עס אויך מערקווירדיק מיט דעם וואָס עס ניצט דאָס נאַטירלעכע טאָג־טעגלעכע לשון פֿון די הײַנטיקע חסידים אין ברוקלין, מאָנסי און אַנדערע ערטער אין אַמעריקע. דערבײַ שאַפֿן זיך אייגנאַרטיקע, און אַפֿילו חנעוודיקע גראַמען, ווי, למשל אין דער ווײַטערדיקער סטראָפֿע, וווּ „ענדזשויען‟ גראַמט זיך מיט „בזיון‟ און „נסיון‟:
נצחון קען מען אַ סך מער ענדזשויען
נאָר נאָך ווייטאָג און בזיון
ווײַל ווער נאָך ווי דער בעל הנסיון
שפּײַט בלוט און שווייס פֿון אָנפֿאַנג…
ווי ביטער שווער עס איז דער דורכגאַנג.
עס זענען שוין אַרויס פֿאַרשידענע מוזיק־ווידעאָס פֿון דעם ליד, אָבער פֿאַר די וואָס ווילן פֿאַרשטיין דעם גאַנצן טעקסט, קוועטשט דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.