דעם חודש איז פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אַרױסגעפֿאָרן אױף זײַן לעצטער דיפּלאָמאַטישער נסיעה קײן אַזיע. דינסטיק דעם 6טן סעפּטעמבער האָט ער זיך געדאַרפֿט טרעפֿן אין לאַאָס מיטן פּרעזידענט פֿון די פֿיליפּינען, ראָדריגאָ דוטערטע. די זיצונג האָט מען אָבער אָפּגערופֿן, איבער דעם װאָס פּרעזידענט דוטערטע האָט אױף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ זיך אַרױסגעכאַפּט מיט זײער אַ פּראָסט זידלװאָרט קעגן אָבאַמאַן. פּרעזידענט דוטערטע האָט זיך שפּעטער פֿאַרענטפֿערט און דערקלערט, אַז ס’איז גאָר נישט געװען זײַן כּװנה צו באַלײדיקן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט.
אין דעם װידעאָ פֿון דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ קען מען הערן, װי דער פּרעזידענט דוטערטע ענטפֿערט אױף אַ פֿראַגע װעגן דער נײַער „מלחמה קעגן נאַרקאָטיק“, װאָס האָט זינט סוף יוני שױן געפֿירט צום טױט פֿון כּמעט 2,000 פֿיליפּינער — ס’רובֿ נאַרקאָטיקערס און זײערע אומשולדיקע משפּחות, לאַװ־דװקא די נאַרקאָטיק־הענדלערס אָדער די אָנפֿירערס פֿון קאַרטעלן. פּרעזידענט דוטערטע האָט באַטאָנט, אַז אַזױ װי ער איז דער פּרעזידענט פֿון אַן אומאָפּהענגיק לאַנד, מוז ער דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט נישט אָפּגעבן קײן דין־וחשבון װעגן דעם װאָס קומט פֿאָר אין זײַן אײגן לאַנד. ס’איז נישט אָבאַמאַס עסק!
גערעדט האָט פּרעזידענט דוטערטע אױף ענגליש, אָבער דאָס זידלװאָרט האָט ער געזאָגט דװקא אױף טאַגאַלאָג, אײנע פֿון די מלוכה־שפּראַכן פֿון די פֿיליפּינען (די צװײטע איז ענגליש). דאָס זידלװאָרט האָט מען אין די אַמעריקאַנער צײַטונגען איבערגעזעצט מיט כּלערלײ ענגלישע טערמינען, װאָס דעקן זיך מער־װײניקער מיטן ייִדישן װאָרט „ממזר“. װאָס האָט ער אָבער פּינקטלעך געזאָגט?
אין דעם פּאָפּולערן בלאָג „Language Log“, װאָס באַהאַנדלט פֿאַרשידענע אַקטועלע שפּראַך־ענינים, האָט מען געדרוקט אַן אַנאַליז פֿונעם פֿיליפּינער פּרעזידענטס װערטער. װײַזט אױס, אַז דאָס װאָרט אױף טאַגאַלאָג — putang-ina — שטאַמט טאַקע פֿון אַ לענגערער פֿראַזע װאָס מע קען אױסניצן יענעם צו באַלײדיקן (דורך אָנרופֿן זײַן מאַמע אַ „puta“, װאָס אױף טאַגאַלאָג און שפּאַניש איז דאָס טײַטש „זונה“). אָבער די טאַגאַלאָג־עקספּערטן, װאָס האָבן געדינט װי שפּראַך־קאָנסולטאַנטן פֿאַרן בלאָג, האָבן געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז דאָס װאָרט אַלײן האָט נישט קײן פּראָנאָם „דו“ אָדער „דײַן“, און דערפֿאַר װעט קײן געבױרענער טאַגאַלאָג־רעדער נישט מײנען אַז דאָס איז אַ פּערזענלעכע באַלײדיקונג. דאָס װאָרט איז גיכער אַן אױסרופֿװאָרט, װאָס פֿאַרשטאַרקט (אױף זײער אַ װוּלגאַרן אופֿן) דעם עמאָציאָנעלן אינהאַלט פֿון דעם אַרױסזאָג. הײסט עס, אַז פּונקט אַזױ װי מע קען אױף ייִדיש צוגעבן די פֿאַרשטאַרק־פֿראַזעס „צו אַל די שװאַרצע־יאָר“ אָדער „אין דר’ערד אַרײַן“, קען מען אױף טאַגאַלאָג צוגעבן דאָס װאָרט „putang-ina“.
אין דעם משל מיטן פֿיליפּינער פּרעזידענט זעען מיר, װי װיכטיק עס איז די אַרבעט פֿון אַן איבערזעצער. דאָס אַנולירן די זיצונג איז אַװדאי געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דעם, װי אַזױ פּרעזידענט אָבאַמאַ און זײַן פּערסאָנאַל האָבן אױסגעטײַטשט די ענגלישע איבערזעצונג — נישט פֿון דעם װאָס דער פּרעזידענט דוטערטע האָט ממש געזאָגט אױף טאַגאַלאָג.
איך האַלט אַז ס’איז אַ שאָד װאָס מע האָט אָפּגעשאַפֿן די זיצונג צוליב דעם פֿיליפּינער פּרעזידענטס פּראָסטע רײד. װי געזאָגט, האָט ער זיך שױן פֿאַרענטפֿערט פֿאַר פּרעזידענט אָבאַמאַ, און דאָס איז באַלד געװאָרן דער פֿאָקוס פֿון די נײַעסלעך װעגן דעם סקאַנדאַל. אָבער װען װעט פּרעזידענט דוטערטע בעטן מחילה פֿאַר זײַן אמתדיקן פֿאַרברעך — די שחיטה פֿון זײַן אײגן פֿאָלק אין נאָמען פֿון דער „מלחמה קעגן נאַרקאָטיק“?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.