גרעטאַ צימער פֿרידמאַן, די ייִדישע פֿרוי וואָס — ווי מע זעט אין דער באַרימטער פֿאָטאָגראַפֿיע — ווערט געקושט פֿון אַ מאַטראָס אין טײַמס־סקווער אויפֿן טאָג וואָס די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 8טן סעפּטעמבער, אין אַ הויז פֿאַר עלטערע לײַט אין צפֿון־ווירדזשיניע.
פֿרוי פֿרידמאַן וועט באַערדיקט ווערן אינעם „אַרלינגטאָן נאַציאָנאַלן בית־עולם‟, לעבן איר מאַן, מישע עליאָט פֿרידמאַן.
יאָרן לאַנג האָט קיינער נישט געוווּסט ווער עס זענען די צוויי מענטשן אינעם בילד, וואָס דער פֿאָטאָגראַף אַלפֿרעד אײַזנשטאַדט האָט געהאַט אַראָפּגענומען דעם 14טן אויגוסט 1945, נאָך דעם ווי מע האָט געמאָלדן, אַז יאַפּאַן האָט זיך אונטערגעגעבן די אַליִיִרטע כּוחות. די פֿאָטאָגראַפֿיע איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין „לײַף־מאַגאַזין‟.
דאָס בוך, The Kissing Soldier: The Mystery Behind the Photo That Ended World War II (דער קושנדיקער סאָלדאַט: די מיסטעריע מיטן פֿאָטאָ וואָס האָט געשלאָסן די צווייטע וועלט־מלחמה), אַרויסגעלאָזט אין 2012, האָט איבערגעגעבן אַ פֿאָרענסישן אַנאַליז, וואָס באַשטעטיקט, אַז דער סאָלדאַט איז געווען דזשאָרדזש מענדאָנסאַ, אַ מאַטראָס וואָס האָט זיך ערשט געהאַט אומגעקערט פֿונעם פּאַציפֿישן ראַיאָן; און די פֿרוי וואָס ער האָט געקושט איז געווען צימער, וואָס האָט געהאַט אַנטלאָפֿן פֿון עסטרײַך מיט אירע ייִנגערע שוועסטער אין 1938.
מענדאָנסאַ איז יענעם טאָג געווען אויף זײַן ערשטער ראַנדקע מיט אַ צווייטע פֿרוי, ריטאַ פּיטרי. בעת זיי זענען געזעסן אין קינאָ האָט מען איבערגעריסן דעם פֿילם צו אַנאָנסירן, אַז יאַפּאַן האָט זיך אונטערגעגעבן. דאָס גליקלעכע פּאָרל איז אַוועק אין אַ באַר צו פֿײַערן די גרויסע געשעעניש, און דערנאָך זענען זיי געפֿאָרן אין טײַמס־סקווער.
מענדאָנסאַ האָט דערזען צימער, אַן אַסיסטענטקע פֿון אַ דענטיסט, און — מיינענדיק אַז זי איז אַ קראַנקן־שוועסטער — האָט ער זיך דערפֿרייט. זינט דעם 11טן מײַ פֿון יענעם יאָר, ווען אַ ריי קאַמיקאַזע־עראָפּלאַנען האָט געטראָפֿן זײַן מוטערשיף, און ער האָט אַליין געזען ווי די קראַנקן־שוועסטער פֿון אַ שפּיטאָל־שיף באַהאַנדלען מיט מסירת־נפֿש די פֿאַרוווּנדיקטע סאָלדאַטן, האָט ער געפֿילט אַ שטאַרקע נאָענטשאַפֿט צו קראַנקן־שוועסטער אין אַלגעמיין.
מענדאָנסאַ האָט אַרומגעכאַפּט צימער און איר געגעבן אַ לײַדנשאַפֿטלעכן קוש, בעת פּיטרי האָט, אַ שמייכלענדיקע, זיך צוגעקוקט; און דערנאָך — זענען מענדאָנסאַ און פּיטרי פֿאַרשוווּנדן. (דער קוש האָט, אַ פּנים, נישט געשאַט זייער באַציִונג; זיי האָבן שפּעטער חתונה געהאַט און זענען וווינען עד־היום אין איינעם אין ראָוד־אײַלאַנד.)
צימער איז געוואָרן אַ קאָסטיום־שנײַדערין פֿאַר אַן אַקטיאָרן־קרײַז אין ניו־יאָרק. אין 1956 האָט זי חתונה געהאַט מיט פֿרידמאַן, אַ דאָקטער.
דער קוש איז געוואָרן אײַזנשטאַטס באַרימטסטע פֿאָטאָגראַפֿיע. ער איז אַליין געווען אַ ייִדישער פּליט, און דער פֿאָטאָגראַף פֿון אַ צווייט באַקאַנט בילד: פֿונעם נאַציסטישן פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער יאָזעף געבעלס, בעת אַ „ליגע פֿון לענדער‟־קאָנפֿערענץ אין זשענעווע אין 1933. אינעם בילד זעט געבעלס אויס אין כּעס. געוויסע אָבסערוואַטאָרן האַלטן, אַז דער נאַצי האָט נישט געשמייכלט ווײַל ער האָט ערשט געהאַט אויסגעפֿונען, אַז אײַזנשטאַדט איז אַ ייִד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.