גענוג שוין מיטן ייִדישן ניבֿול־פּה!

Enough With Yiddish Profanities!


פֿון נח באַרעראַ

Published September 14, 2016, issue of September 30, 2016.

בײַם סוף פֿון דעם הײַיאָריקן אָנגעזעענעם אַשכּנז־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ, בין איך שטאַרק אַנטוישט געוואָרן, ווען כ׳האָב דערזען ווי עטלעכע קינדער און דערוואַקסענע (מסתּמא זייערע עלטערן) האָבן געהאַלטן אויף דעם פּאַראַד גרויסע שילדן מיט קללות ווי putz און schmuck. ס׳איז געווען פּשוט אַ חרפּה, וואס אַזאַ זאַך איז פֿאָרגעקומען אויף דעם סאַמע גרעסטן ייִדישן פֿעסטיוואַל אין צפֿון־אַמעריקע, געווידמעט דער אַשכּנזישער מוזיק און קולטור.

ס׳איז געווען ספּעציעל שווער דאָס אויפֿצונעמען ווען כ׳האָב באַטראַכט דעם פֿעסטיוואַלס גרויסע אַנטוויקלונגען, וואָס שייך דעם ייִדישן טעאַטער. דער טעאַטער אויפֿן נאָמען יוסף פּעפּ האָט אַכט מאָל פֿאָרגעשטעלט די פּיעסע, „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟. די שפּיל איז געווען אַ גרויסער שלאַגער מיט אויספֿאַרקויפֿטע פֿאָרשטעלונגען. איר דערפֿאָלג, מיין איך, איז צום געוויסן מאָס צוליב דעם פּרעכטיקן ייִדיש פֿון יוסף בולאָפֿס איבערזעצונג פֿון אַרטור מילערס באַרימטער פּיעסע, און צוליב דעם ריכטיקן אַרויסרייד בײַ אַלע אַקטיאָרן. און נישט נאָר די שפּיל, אָבער אויכעט די מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען פֿונעם פֿעסטיוואַל האָבן בכלל פֿאַרמאָגט אַ גוואַלדיקן איכות.

די דאָזיקע שילדן אָבער האָבן אָנגעוויזן ווי ווייניק דער עולם ווייסט וועגן ייִדיש, און ווי פֿאַרשפּרייט עס זענען די נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן וועגן דער שפּראַך. די ענגלישע טראַנסליטעראַציע אויף די שילדן זענען דערצו געווען שלעכט אויסגעלייגט. דאָס וואָרט „חוצפּה‟ האָט מען אויסגעלייגט ווי „טשוטשפּאַה”. ווען כ’האָב דאָס דערזען האָב איך אַוודאי נישט געקענט פֿאַרבײַסן די ליפּן, בין איך צוגעגאַנגען צו איינעם פֿון די מענטשן, וואָס האָבן געטראָגן די שילד, און אים אויסגעבעסערט. ער האָט טאַקע געהאַט די חוצפּה צו פּרוּוון טענהן ווי „טשוטשפּאַה” איז ריכטיק. דער עם־האָרצות איז געווען נישט צום גלייבן.

אַנדערע מענטשן מיט וועמען איך האָב גערעדט אויפֿן פֿעסטיוואַל האָבן באַמערקט, אַז זיי האָבן שוין יאָרן לאַנג געזען די זעלבע שילדן. ס’האָט זיי טאַקע געערגערט ווי שרעקלעך מע האָט זיי געמאַכט, אָבער מע האָט זיי ווידער באַנוצט אין דעם פּאַראַד.

די שילדן זענען נאָך מער אַ פּאַטש אין פּנים, צוליב דעם, וואָס מע זעט זיי אויף אַ פּאַראַד לכּבֿוד שלום־עליכמס הונדערטסטן יאָרצײַט. די שילדן דערנידעריקן זײַנע ווערק ווײַל דער אונטערבאַוווּסטזיניקער באַטײַט דערפֿון איז, אַז שלוום־עליכמס ראָמאַנען און דערציילונגען זענען נישט מער ווי אַ זאַמלונג קללות.

דער פּאַראַד אַליין איז געווען מאָדנע. מע האָט „אינסצענירט‟ שלום־עליכמס לוויה דורכן ממש טראָגן אַן אָרון צו באַשטימטע ערטער, וואָס האָבן געזאָלט רעפּרעזענטירן ברוקלין און אַנדערע פּלעצער אין שטאָט ניו־יאָרק. ווען מע האָט דערגרייכט אַ געוויסן פּונקט איז עמעצער, פֿאַרשטעלט פֿאַר שלום־עליכמען אַליין, אַרויסגעשפּרונגען, אַזוי ווי אַ מענטש שפּרינגט אַרויס פֿון אַ גרויסן קוכן. נאָך ערגער, האָט דער הויפּטרעדנער, וואָס האָט שלום־עליכם פֿאָרגעשטעלט און גערעדט אויף די אַנדערע פּונקטן פֿון דעם פּאַראַד, אויסגעזען ווי אַ פֿירער פֿון אַ קולט, געקליידט אין עפּעס אַ קיטל. ער האָט גערעדט פֿון שלום־עליכמס ליבשאַפֿט פֿאַר אונדז און אונדזערס פֿאַר אים, אויף אַזוי ווײַט, ווי מע האָט געקענט מיינען, אַז ער רעדט וועגן יויזל. אַחוץ די שילדן האָבן מענטשן געטראָגן גרויסע ליאַלקעס פון טבֿיה דער מילכיקער און אַנדערע העלדן פֿון שלום־עליכמס דערציילונגען. די ליאַלקעס האָבן ממש אוסגעזען ווי אַנטיסעמיטעשע פּראָפּאַגאַנדע.

בקיצור, דער גאַנצער פּאַראַד האָט פֿאַרשפּרייט דווקא אַלע שאַבלאָנען פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אַראָפּקוקנדיק פֿון שמים האָט דער קלאַסיקער זיכער געגעבן אַ טרויעריקן זיפֿץ.