ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published September 14, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

בײַם „ייִדיש־טיש״ רעדט מען װעגן ייִדישע מאכלים מיט גרויס אַפּעטיט

דער חודשלעכער „ייִדישִ־טיש‟ פֿון דעם בוענאָס־אײַרעסער ייִװאָ איז שוין געװאָרן אַ טראַדיציע בײַ אונדז. בײַ אַ גלעזל טיי פֿאַרבײַסט מען אַ מאָל געבעקס, אַ מאָל — קיכלעך און אַ מאָל — גאָר נישט, און מען שמועסט אויף ייִדיש װעגן פֿאַרשיידענע טעמעס.

מיטװאָך דעם 7טן סעפּטעמבער איז די טעמע געװען „ייִדישע מאכלים‟. דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ האָט געגעבן אַן אַרײַנפֿיר און דער עולם האָט בײַגעטראָגן די דערפֿאַרונגען פֿון די קינדער־יאָרן אָן. מען האָט גערעדט װעגן די טאָג־טעגלעכע עסנס בײַ אָרעמע לײַט און פֿאַרמעגלעכע ייִדן, די יום־טובֿדיקע פּאָטראַװעס און די אונטערשיידן פֿון די רעצעפּטן אין די פֿאַרשיידענע ייִדישע טעריטאָריעס. מע האָט גערעדט װעגן פֿאַרשיענע מינים קאַשע, פֿיש, זשאַרקען, צימעס, אײַנגעמאַכטס, פֿלאָדן און דער עולם האָט זיך באַלעקט בײַם דערמאָנען זיך דעם טעם און דעם ריח, אוּן אַלע האָבן גענאָסן און געפֿאָדערט װײַטער צו שמועסן װעגן דער טעמע. נאָך די יום־טובֿים װעט מען אָרגאַניזירן אייניקע טרעפֿונגען מיט באַרימטע ייִדישע קוכערס פֿון דער שטאָט און מען װעט װײַטער לערנען װעגן דער טעמע אין דער ייִדישער שפּראַך און אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.


ספּעקטאַקל באַזירט אויף שלום־עליכמס לעבן

צו דעם „שלום עליכם־יאָר‟ װאָס עס פֿײַערט הײַיאָר די ייִדיש־װעלט האָט דער קולטור־אָפּטײל בײַ דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה צוגעגרייט אַ ספּעקטאַקל װאָס איז געשפּילט געװאָרן שבת דעם 3טן סעפּטעמבער, און מיטװאָך דעם 7טן, בײַ פֿולע זאַלן. אַ סך מענטשן האָבן נישט געקענט באַקומען קיין בילעטן, װאָס זײַנען געװען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און מען האָט צוגעזאָגט איבערצוחזרן די פֿאָרשטעלונגען. אונטערן טיטל „שלום עליכמס פּערסאָנאַזשן — דערמאָנונג און באַערונג‟, האָט מאַנועל לאָטערשטיין, אַ באַקאַנטער רעזשיסאָר און טעאַטער־מענטש, צוגעגרייט די טעקסטן װאָס זײַנען געװען באַזירט אויף שלום־עליכמס ביאָגראַפֿיע און זײַנע װערק, „פֿונעם יאַריד‟, „אַ מענה־לשון פֿון אַ שטיפֿמאַמע‟, „מנחם־מענדל‟, און אַנדערע ווערק, און צוגעפּאַסטע לידער װאָס מיכל אָרליאַן האָט געזונגען, באַגלײט בײַ דער פּיאַנע פֿון אַלבערטאָ לוי און אַ טרופּע טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן. דער עולם האָט זיך דערקװיקט מיט די טעקסטן און דער פֿאָרשטעלונג. אויך האָט מען פּראָיעקטירט בילדער און פֿראַגמענטן פֿון פֿילמען װאָס האָבן צוגעגעבן חשיבֿות די פֿײַערונגען.


ייִדיש־לערערין שׂרה פּאָקראַסאַ איז ניפֿטר

שׂרה פּאָקראַסאַ, אַ יידיש־לערערין װאָס האָט איבער פֿופֿציק יאָר לאַנג געלערנט ייִדיש אין בוענאָס־אײַרעס איז דעם 1טן סעפּטעמבער נפֿטר געװאָרן. זי האָט אָנגעהויבן איר דערציִערישע קאַריערע אין דער „י. ל. פּרץ־שול‟ װוּ זי האָט געלערנט די ייִדישע אותיות די קינדערלעך פֿון 1טן קלאַס. נאָך דעם האָט זי געלערנט ייִדישע ליטעראַטור אין די מיטלשולן רמב״ם און „שלום עליכם‟, װוּ זי האָט באַװיזן צו שאַפֿן אַן אינטערעס װײַטער צו לערנען ייִדיש בײַ די װעלכע האָבן נישט גערעדט קיין ייִדיש און די „קענערס‟ האָט זי סטימולירט װײַטער צו געניסן פֿון די אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ביז זי האָט זיך פּענסיאָנירט האָט זי געאַרבעט אין דער „אָרט־מיטלשול‟ װי זי האָט אויף שפּאַניש פֿאַרשפּרייט ייִדיש װיסן. די לעצטע יאָרן האָט זי געלערנט ייִדיש אין „בית חנה‟, די שול פֿון חב״ד פֿאַר דערװאַקסענע פֿרויען. אין חודש אַפּריל איז זי צום לעצטן מאָל אויפֿגעטראָטן אין ייִװאָ אויף דעם נאַציאָנאַלן סעמינאַר „ייִדיש הײַנט צו־טאָג‟ און דערציילט װעגן איר אַרבעט אין „בית חנה‟. מיט איר אַװעקגײן פֿאַרלירט די ייִדיש־װעלט אַ לערערין װאָס האָט מיט איר אַרבעט דערצויגן הונדערטער יוגנטלעכע און זיי דערנענטערט צו ייִדיש־װיסן. כּבֿוד איר אָנדענק.