(די 2 טע זײַט פֿון 2)
שרון פֿראַנד־ברוקס טאַטע, מיכל־דוד פֿראַנד, האָט געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה אויף דער שיף קיין אַמעריקע, האָט ער זיך נישט באַטייליקט אין דער גרופּע.
פֿאָרצושטעלן די פֿראַנד־קאָמפּאָזיציעס האָט גרינבאַום אויסגעקליבן אַן ערשט־קלאַסישע קאַמפּאַניע: מיישקע אַלפּערט ווי דער בדחן, דזשייק שולמאַן־מענט אויפֿן פֿידל, פּיט רושעפֿסקי אויפֿן צימבל; ברײַאַן גלאַסמאַן אויפֿן באַס. דער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין ניו־דזשערזי, אין דעצעמבער 2015, פֿאַר די אַמעריקאַנער קרובֿים פֿון דער פֿראַנד־משפּחה.
דאָס שפּילן פֿון די מוזיקער, בפֿרט פֿון גרינבאַום אויף דער פֿלייט, מאַכט אַ שטאַרקן רושם אויפֿן צוהערער. מע פֿילט די עכטקייט און גײַסטלעכקייט פֿון דער מוזיק און נישט קיין ברעקל „שמאַלץ‟. געוויסע מעלאָדיעס וועט דער קלעזמער־מבֿין דערקענען, און צוויי קאָמפּאָזיציעס האָט גרינבאַום אַליין געשאַפֿן. פֿאַרשיידנע טענץ־מעלאָדיעס קען מען אויך דאָ הערן — אַ קאָלאָמייקע, אַ קאַדריל, אַ וואַלצער, אַ ווענגערקע, אַ פּאָלקע.
גרינבאַום האָט צעטיילט די ניגונים אויף זיבן טיילן: „בײַם חדר‟ — ווײַל דער קאַפּעלמיסטער איז אויך געווען אַ באַליבטער מלמד; „זומער בײַם קראַסניצקיס גוט‟ ווײַל די קאַפּעליע האָט דאָרטן געשפּילט; „די חתונה בײַם רינעק‟ ווײַל אויך דאָרטן האָט מען זיי געהערט; „בײַם יריד‟, „ארון־קודש אויף רעדער‟; „אַמעריקע!‟, און „אַ געזעגענונג און זכרונות‟.
אין זײַן ראָלע ווי דער בדחן, באַגריסט מיישקע אַלפּערט דעם עולם און בפֿרט מיכל־דוד פֿראַנד, וואָס מע רופֿט אים מילט. (נישט לאַנג נאָכן קאָנצערט איז ער נעבעך ניפֿטר געװאָרן.) בלויז אַלפּערט קען הײַנט שאַפֿן אַן אָריגינעל בדחנות צו באַדעקן די כּלה עס זאָל קלינגען אַלט און אויטענטיש. דערצו גיט אַלפּערט אַן אַרײַנפֿיר בײַ ס’רובֿ פֿון די לידער, אַזוי ווי עס פֿירט זיך אויף אַ חתונה.
במשך פֿונעם אָוונט דינען דער פֿידל און די פֿלייט ווי די הויפּט־אינסטרומענטן. די וואָס דערוואַרטן אַ קלעזמער־קאָמפּאַקטל מיט הויכע, האָפּקעדיקע בלוז־אינסטרומענטן וועלן זײַן אַנטוישט, ווײַל די קלאַנגען זענען שטילער — אָבער דערפֿאַר האַרציקער.
די אַנטדעקונג פֿון דער זאַמלונג נאָטן פֿון דער פֿראַנד־קאַפּעליע און די אַרבעט פֿון שרון פֿראַנט(ד)־ברוקס איז אַ גוואַלדיקער אויפֿטו, און איידריאַן גרינבאַומס רעאַליזירונג פֿון די קאָמפּאָזיציעס און איר אַראַנזשירונג איז אויך אויסערגעוויינטלעך.
צו הערן אַ ביסל פֿון דעם קאָמפּאַקטל Farewell to the Homeland: Poyln, גיט אַ קוועטש דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.