ווי עס זעט אויס, האָט אונדזער קאַנדידאַט אויפֿן פּאָסטן פֿון פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַשלאָסן נישט נאָר צו זײַן דער דעקאַן פֿונעם באַרימטן טראַמפּ־אוניווערסיטעט, נאָר אויך צונויפֿצוזאַמלען אַלע ביכער וואָס זײַנען ווען עס איז געדרוקט געוואָרן — אין אַלע שפּראַכן — און עפֿענען אויף יעדן פֿון זײַנע גאָלף־פֿעלדזן אַן אוניווערסאַלן ביכער־קאַטאַלאָג פֿון צענדליקער קוביק־מעטער און אָנשטעלן שומרים.
ווי ס׳מאַכט זיך, קען עמעצן זיך חלילה פֿאַרגלוסטן אַמאָל צו זען ווי אַן אמתדיק בוך האָט ווען עס איז אויסגעזען, אַ בלעטער טאָן, לאָמיר זאָגן, שעקספּירס „האַמלעט‟, וועט יענער זיך מוזן ווענדן צום מומחה, צום העכסט־ליטעראַרישן, הויך אַקאַדעמישן עקספּערט, דאָנאַלד טראַמפּ, וועלכער — ווי מיר שטויסן זיך שוין אָן — איז אַ ספּעץ אויף אַ סך געביטן.
און איידער וואָס ווען, האָבן זיך די זשורנאַליסטן דערוווּסט פֿון טראַמפּס אײַנפֿאַל, האָבן זיי אים באַלאַגערט מיט די אויסטערלישסטע שאלות; גלאַט געוואָלט געניסן פֿון זײַן קענטשאַפֿט אין וועלט ליטעראַטור:
„מיסטער דאָנאַלד טראַמפּ!‟ האָבן זיי אים פֿאַרשטעלט דעם וועג צום טראַמפּ־העליקאַפּטער, „קענט איר זיך טיילן מיט אונדז לגבי וואָלטיירס ׳קאַנדיד׳? מיר ווילן וויסן אין וואָס איז באַשטאַנען זײַן מײַסטער פּאַנגלאָס חכמה פֿון לערנען זײַן תּלמיד קאַנדיד, אַז דאָס איז די בעסטע פֿון אַלע מעגלעכע וועלטן, בעת איר שילדערט אונדזער וועלט טאַקע ווי דעקאַדענט, קאָרומפּירט און דער עיקר, אַז מ׳שמירט — פֿאָרט מען, און אַז מ׳שמירט —סקריפּען נישט די רעדער.‟
טראַמפּ האָט זיך אַ קראַץ געטאָן אונטער זײַן שטרויענער פּאַרוקע, קיין פּינטל נישט געטאָן מיט קיין אויג און געענטפֿערט:
„שטעלט אײַך פֿאָר אַז מיר זײַנען אַרומגערינגלט מיטן קאַרליק פֿון צפֿון־קאָרעע; מיט די פּאַסקודנע כינעזער וואָס טשאַטעווען זיך אויף אונדזער אַרסענאַל באַנקנאָטן; מיט די פֿוקסן פֿון איראַן; „אײַסיס‟ שאַרפֿט זיך די צײן; די מעקסיקאַנער וואַנט וועט אונדז אָפּקאָסטן אַ מאַיאָנטעק, אָבער נישט געזאָרגט, מעקסיקע וועט באַצאָלן דערפֿאַר… דער איינציקער פֿרײַנד וואָס מיר פֿאַרמאָגן אין דער וועלט איז מײַן גוטער בראַטשיק וולאַדימיר פּוטין וואָס גיט מיר קאָמפּלימענטן. פֿאַרגעסט נישט אַז איך בין דער אמתער ׳קאַנדיד׳־אַט, גרייט צו מאַכן אַמעריקע מעכטיק.‟
די זשורנאַליסטן מיט די טעלעוויזיע־קאַמעראַס האָבן געפּינטלט מיט די אויגן און געשטוינט, אַזוי צו זאָגן, וואָס מיינט ער דערמיט? אָבער דאָס האָט נישט אָפּגעהאַלטן דעם זשורנאַליסט פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, אים צו דאָקוטשען מיט אַן אַנדער קשיא פֿון דער מה נשתּנה:
„מיסטער טראַמפּ, מיר האָבן געהערט אַז איר האַלט בײַם צונויפֿזאַמלען אַלע ביכער פֿון אַלע ביבליאָטעקן און אויפֿשטעלן אויף יעדן פֿון אײַערע גאָלף־פֿעלדזן אַן אוניווערסאַלן ביכער־קאַטאַלאָג און ראַטעווען אונדזער וועלט־ליטעראַטור, פּראָזע און פּאָעזיע, די גאַנצע וועלטקולטור פֿון אַלע דורות, ס׳איז ממש אַן אויסערגעוויינטלעכער אײַנפֿאַל.‟
טראַמפּ ווערט צעשמאָלצן ווי פּוטער אויף דער זון פֿון פֿאַרגעניגן:
„פֿאַרגעסט נישט, מײַנע ליבע פֿרײַנד, אַז איך האָב פֿאַרענדיקט דעם טראַמפּ־אוניווערסיטעט וווּ איך האָב זיך ספּעציאַליזירט אין אונטערקויפֿן, שאַכער־מאַכער, און בין דער אײגנטימער פֿון אַן אויטענטישן גאָלדענעם שליסל, וואָס עפֿנט אַלע טירן‟.
אויב אַזוי איז דער זשורנאַליסט געבליבן נײַגעריק צו וויסן צי טראַמפּ איז געווען באַקאַנט מיט דזשאָרדזש אָרוועלס „אַנימאַל פֿאַרם‟ (אַ פֿאַרם פֿון בעלי חי).
טראַמפּ האָט פֿאַרגלאָצט זײַנע מילכיקע אויגענעס צו דער סטעליע, אַ פּליעסקע געטאָן מיט די קורצע הענט און אויסגערופֿן:
„צי איך בין באַקאַנט מיט די חיות? מײַן פֿעטער האָט פֿאַרמאָגט אַן אימעניע מיט אַ פֿאַרם אין קאָנעטיקעט, דאָרט האָבן זיך געפּילנעוועט חיות, ער האָט אַפֿילו געפּאַשעט חזירים. איינער אַזאַ חזיר איז אַמאָל אַנטלאָפֿן און אָנגעטאָן שאָדן אין אַ דערבײַיִקער פֿאַרם. האָט יענער גערופֿן די פּאָליצײַ, אָבער נישט בײַ מאָטיען. איך האָב געקענט סײַ דעם פּאָליציאַנט און סײַ דעם חזיר, און גלײַבט מיר, ביידע זײַנען געווען חזירים און געכריוקעט. האָב איך אים אונטערגעשטופּט לאַפּוּווקע, און מיר האָבן דעם ענין דערליידיקט ווי צוויי דזשענטלמען צוזאַמען מיטן חזיר. אַגבֿ, דעם חזיר האָט מען גערופֿן כרושטש, ווײַל ער האָט געענדלט אַביסל צו יענעם רוסישן חזיר, ווי האָט ער געהייסן?‟
און אַלע זשורנאַליסטן האָבן אויסגערופֿן אויף איין קול: „כרושטשעוו!‟
דערווײַל האָט טראַמפּ געדונגען אַ מענגע לאַסט־עראָפּלאַנען, אָנגעלאָדן זיי מיט מיקראָפֿישן, אַרכיוואַרן, ביבליאָטעקאַרן און שריפֿטשטעלער פֿון דער מאָדערנער, טעכנישער וועלט. אונדזער קאַנדידאַט אויפֿן העכסטן פּאָסטן אין דער וועלט האָט געקוואָלן פֿון זײַן אויפֿטו, כאָטש דער אײַנפֿאַל איז געקומען פֿון זײַן טאָכטער איוואַנקאַ. די זשורנאַליסטן זײַנען ממש אויסגעגאַנגען פֿון נײַגעריקייט.
„נאָך איין פֿראַגעלע, מיסטער טראַמפּ!‟
„נו, זאָל עס שוין זײַן די לעצטע,‟ האָט טראַמפּ אָנגעוווירן דאָס געדולד. „שיסט!‟
דער זשורנאַליסט פֿון „סי־ען־ען‟ האָט זיך ממש פֿאַרכליניעט: „איר זײַט מסתּמא גוט באַקאַנט מיט דאַרווינס טעאָריע פֿון עוואָלוציע. קענט איר אונדז אפֿשר אויפֿקלערן ווו מיר האַלטן אין דער וועלט?‟
טראַמפּ האָט פֿאַרגלאָצט די אויגן צום הימל, אַ סמאָטשקע געטאָן מיט די פּולעכנע ליפּן און דערקלערט:
„דאָס איז בערני סענדערס׳ טעאָריע, נישט מײַנע. איך האַלט אַז מיר נייטיקן זיך נישט אין קיין רעוואָלוציעס און נישט אין עוואָלוציעס, מיר נייטיקן זיך בלויז אין איין זאַך, צו מאַכן אַמעריקע מעכטיק, איך וועל אַלעמען באַקליידן און באַשוכן, איך וועל…‟
צום סוף איז טראַמפּ אַרײַנגעפֿאַלן אין אַן עוואַנגעלישער עקסטאַזע, און ווען ער איז געקומען צו זיך האָט ער נאָך אוספּייעט אויסצוזשיפּיען:
„איך האָב אַן איידעם אַ ייִד, און ייִדישע אייניקלעך. מײַן מוחתּן איז אַ טײַערער ייִד און דאָס וואָס ער זיצט נאָך אין דער חד־גדיא איז נישט זײַן שולד, ער האָט זיך אַ טראָפּעלע פֿאַרהאַנדלט…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.