אַ 96־יאָריקער ייִדישער שערער, וואָס האָט זיך געלערנט דעם פֿאַך בײַם אָפּשערן די קאַצעטלער אין אוישוויץ און מאַוטהאַזען, האָט לעצטנס געשלאָסן זײַן ראַזורע אין שיקאַגע, נאָך אַ קאַריערע פֿון 60 יאָר.
בען שײַנקאָפּף האָט אויפֿגעהאָנגען אַ צעטל אויף דער טיר פֿון געשעפֿט, וואָס געפֿינט זיך אויף קאַליפֿאָרניע עוועניו אין שיקאַגעס „נאָרט סײַד‟, דערקלערנדיק זײַנע קונים און שכנים, אַז ער איז שוין פּשוט צו אַלט צו קומען צו דער אַרבעט יעדן אינדערפֿרי. ער האָט זיך אונטערגעשריבן, „בעני דער שערער‟.
„פֿון איצט אָן און ווײַטער וועל איך שרײַען הוראַ פֿאַר די ׳קאַבס׳ אין דער ׳וווּרלד־סיריס׳, פֿאַרברענגען מער צײַט מיט מײַן משפּחה און אייניקלעך, און זיי דערציילן מעשׂיות וועגן מײַן אַרבעט מיט אַזוינע פֿײַנע מענטשן,‟ האָט ער געשריבן.
איין קונה, באַרט לאַנדאָר, האָט געשריבן אַ פּראָפֿיל וועגן שײַנקאָפּף אין Hippocampus Magazine מיט עטלעכע חדשים צוריק, דערציילנדיק וועגן שיינקאָפּפֿס איבערלעבונג אין אוישוויץ, וווּ — ווי מע האָט לאַנדאָרן דערציילט — האָט שײַנקאָפּף באַקומען אַ שיסל זופּ אַ טאָג פֿאַר זײַנע שערער־פֿעיִקייטן.
„געוויינטלעך האָט מען נישט איבערגעלעבט מער ווי איין וואָך אין אוישוויץ,‟ האָט שײַנקאָפּף געזאָגט לאַנדאָרן. „ס׳האָט זיך מיר נישט געגלייבט, אַז זיי וועלן אַפֿילו איין ייִד לאָזן לעבן.‟ די טאַטויִרונג אויף זײַן אָרעם איז הײַנט שווער צו לייענען, אָבער דער ציפֿער זעט אויס ווי 24315.
שײַנקאָפּף איז אויפֿגעוואַקסן אין פּלאָנסק, פּוילן — דאָס זעלבע שטעטל וווּ דוד בן־גוריון איז געבוירן געוואָרן. ווי אַ ייִנגל האָט ער שוין געוואָלט ווערן אַ שערער. אין אַ נײַעס־אינטערוויו מיט DNAinfo, האָט שײַנקאָפּף געזאָגט מיט זײַן שווערן ייִדישן אַקצענט, אַז אַלע זײַנע ברידער און שוועסטער — זיבן ייִנגלעך און צוויי מיידלעך — זענען אומגעבראַכט געוואָרן אין אוישוויץ. „איך בין דער איינציקער וואָס איז פֿאַרבליבן, בלויז ווײַל איך בין געווען אַ שערער און האָב אָפּגעשוירן די קאַצעטלער,‟ האָט ער געזאָגט.
ווען די מלחמה האָט זיך געענדיקט האָט ער געווויגן בלויז 60 פֿונט. נאָך דעם ווי ער איז געזינטער געוואָרן איז ער געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד און געוואָרן אַ שערער אין אַן אַמעריקאַנער מיליטערישער באַזע. שפּעטער האָט ער זיך באַזעצט אין שיקאַגע און האָט ממשיך געווען די פֿאַך אין 1949.
יאָרן לאַנג האָט ער געעפֿט זײַן ראַזורע 7:30 אין דער פֿרי, זעקס טעג אַ וואָך.
„90% פֿון מײַנע קונים זענען שוין אויף יענער וועלט,‟ האָט שײַנקאָפּף געזאָגט אינעם אינטערוויו. „אָבער דער דאָקטער האָט מיר געהייסן ווײַטער אַרבעטן. ׳אויב דו זיצסט אַ גאַנצן טאָג אין דער היים׳ — האָט שײַנקאָפּף ציטירט דעם דאָקטער — ‘וועסטו בלויז קוקן אויף טעלעוויזיע אַ גאַנצן טאָג, און מסתּמא נישט לאַנג לעבן׳.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.