נישט לאַנג צוריק, האָט זיך אין די אַלגעמיינע רוסישע און אַמעריקאַנער ליובאַוויטשער נײַעס־קוואַלן באַוויזן די סענסאַציאָנעלע ידיעה, אַז די חב״ד־באַוועגונג קלײַבט זיך אומצוקערן איר וועלט־צענטער צוריק אינעם דאָרף ליובאַוויטש, וואָס געפֿינט זיך אין דער סמאָליענסקער געגנט פֿון רוסלאַנד, נישט ווײַט פֿון דער ווײַסרוסלענדישער גרענעץ. די פּאָפּולערע און חשובֿה „נעזאַוויסטימאַיאַ גאַזעטאַ‟ („אומאָפּהענגיקע צײַטונג”) האָט אַפֿילו צוגעטראַכט אַ נאָמען פֿאַרן נײַעם חסידישן ייִשובֿ: ניו־ליובאַוויטש.
דעם 23סטן אויגוסט האָבן זיך אינעם היסטאָרישן דאָרף ליובאַוויטש טאַקע פֿאַרזאַמלט בערך 500 חב״ד־שליחים פֿון אַרום דער וועלט. דער רוסלענדישער הויפּט־רבֿ, בערל לאַזאַר — אָדער, פּינקטלעכער צו זאָגן, איינער פֿון די צוויי קאָנקורירנדיקע הויפּט־רבנים — האָט באַטאָנט אין זײַן רעדע, אַז דער מצבֿ פֿאַר ייִדן אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד איז בעסער, ווי אין אַ סך אייראָפּעיִשע לענדער.
אויפֿן צווייטן טאָג, דעם 20סטן טאָג פֿונעם חודש אָבֿ לויט ייִדישן לוח, האָבן אַ טייל פֿון די פֿאַרזאַמלטע זיך געלאָזט ווײַטער קיין אַלמאַטי, די הויפּטשטאָט פֿון קאַזאַכסטאַן, כּדי אָפּצומערקן דעם יאָרצײַט פֿון רבי לוי־יצחק שניאורסאָן, דער טאַטע פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, בײַ זײַן קבֿר. דערנאָך, האָבן די שליחים דורכגעפֿירט אַ קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע.
דער אַרטיקל אין „נעזאַוויסטימאַיאַ גאַזעטאַ‟ האָט אַ בפֿירוש קריטישן טעם. דער מחבר, אַנדריי מעלניקאָוו, קריטיקירט די איבעריקע פּראָ־רוסישע שטימונגען פֿון די ליובאַוויטשער און גיט צו, אַז די יערלעכע מאַסן־נסיעות פֿון די בראַצלעווער חסידים קיין אומאַן האָבן מיטגעבראַכט אומאָנגענעמע פּראָבלעמען. אין אַ געוויסן זין, איז דער מחבר טאַקע גערעכט. ווי באַלד אומאַן איז שוין לאַנג געוואָרן אַ מין קוראָרט־אָרט פֿאַר טויזנטער טוריסטן פֿון ארץ־ישׂראל און אַנדערע לענדער, לאַוו־דווקא ערנסטע און פֿרומע, קומען אין דער שטאָט לכּבֿוד ראָש־השנה אויך גאַנצע כאָפּטעס זונות, נאַרקאָטיק־הענדלער און אַנדערע צווייפֿלהאַפֿטיקע עלעמענטן, וואָס אַחוץ זייער אַלגעמיינעם עסק פֿאַרנעמען זײ זיך מיט גנבֿות און אַנדערע קליינע פֿאַרברעכנס.
פֿון דער צווייטער זײַט, איז אומאַן אַ גענוג גרויסע שטאָט. אויב אַפֿילו הונדערטער חב״דניקעס און זײַטיקע מענטשן וועלן זיך פֿאַרזאַמלען יעדעס יאָר אין ליובאַוויטש, איז שווער צו גלייבן, אַז אַ דאָרף מיט 430 תּושבֿים, וואָס געפֿינט זיך ווײַט פֿון די געוויינטלעכע טראַנספּאָרט־מאַרשרוטן און וווּ מע באַמערקט יעדן נײַעם טוריסט, קאָן צוצויִען אַ ממשותדיקן אינטערעס פֿון אַזעלכע טיפּן, וואָס קאָנען אַ סך גרינגער געפֿינען קליענטן און סחורה צו גנבֿענען אין מאָסקווע און פּעטערבורג. אין דעם פֿאַל, איז די זאָרג איבערגעטריבן.
דער מצבֿ אין רוסלאַנד איז טאַקע בעסער אין געוויסע אַספּעקטן, אָבער נישט צוליב דער טעראָריסטישער סכּנה, ווי עס טענהן אַ טייל זשורנאַליסטן און פּאָליטישע אַנאַליטיקער. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין רוסלאַנד איז די דריט־גרעסטע אין אייראָפּע, נאָך פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. צוליב דער ספּעציפֿישער צוגאַנג פֿון דער פּרינציפּיעל סעקולערער פֿראַנצויזישער רעגירונג צו רעליגיע, איז אין פֿראַנקרײַך נישט אַלעמאָל גרינג צו פֿירן אַ פֿרום לעבן. אַ פֿירמע אָדער אַ פּראָפֿעסאָר האָט דאָס פֿולע רעכט צו צווינגען די באַאַמטע און סטודענטן צו אַרבעטן שבת. רעליגיע ווערט באַטראַכט אין פֿראַנקרײַך ווי אַ שטרענג פּריוואַטער ענין, וואָס מע טאָר נישט אַרויסווײַזן אין דרויסן, בפֿרט אין אָפֿיציעלע ערטער, כּדי נישט צו שאַטן דעם וועלטלעכן כאַראַקטער פֿון דער רעפּובליק.
אין ענגלאַנד איז דער מצבֿ גאָר אַנדערש, אָבער דאָרטן איז דאָס לעבן זייער טײַער. ווײַט נישט יעדער בירגער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד קאָן זיך דערלויבן דאָרטן זיך צו באַזעצן. אינעם געזעצלעכן זין איז עס אויך נישט גרינג. להיפּוך, צוליב דעם שטײַגנדיקן כּוח פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער קירך, שאַפֿט זיך אין רוסלאַנד אַ סיטואַציע, אין וועלכער רעליגיע בכלל ווערט אַקטיוו געשטיצט דורך דער רעגירונג. ייִדישקייט, איסלאַם און בודיזם ווערן אָפֿיציעל אָנערקענט ווי טראַדיציאָנעלע רעליגיעס; דערפֿאַר, ווען די קריסטן אָרגאַניזירן עפּעס אַ פּראָיעקט און הייבן אָן שנאָרען געלט פֿון דער מלוכה, באַווײַזן זיך גלײַך רבנים, אימאַמס און לאַמעס, וואָס ווילן אויך קריגן שטיצע פֿאַר אייגענע איניציאַטיוון. הגם פֿאַר אַ יחיד איז דער עקאָנאָמישער מצבֿ אין רוסלאַנד נישט צו פֿויגלדיק, איז דאָס לאַנד געוואָרן אַן אמתער „קלאָנדײַק‟ דווקא פֿאַר פֿרומע ייִדישע פּראָיעקטן. חב״ד האָט אויפֿגעשטעלט אַ ברייט אַנטוויקלטע נעץ פֿון אָרגאַניזאַציעס, וואָס דערמעגלעכן צו באַקומען שטיצע סײַ פֿון דער רעגירונג, סײַ פֿון די אָרטיקע און אויסלענדישע גבֿירים.
אויף דער באַקאַנטער חב״ד־וועבזײַט Lubavitch.com האָט זיך אויך באַוויזן אַן אַרטיקל מיט אַ סענסאַציאָנעלן קעפּל: „מע קומט אַהיים: 500 ליובאַוויטשער שליחים פֿאַרזאַמלען זיך אין רוסלאַנד‟. די מאָסקווער מחברטע, ביילע אָלידאָרף, דערמאָנט די לייענער, אַז אַזאַ גרויס־מאַסשטאַביקע אַסיפֿה קומט פֿאָר אינעם דאָרף ליובאַוויטש צום ערשטן מאָל זינט 1991, ווען דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן. הײַיאָר האָט די אַדמיניסטראַציע אין קראַון־הײַטס באַשלאָסן דורכצופֿירן אַ נײַע יוביליי־קאָנפֿערענץ.
די רוסלענדישע ליובאַוויטשער אַליין באַציִען זיך אָבער סקעפּטיש צום דאָזיקן געשעעניש. אין אַ שמועס מיט מיר, האָבן עטלעכע מאָסקווער און פּעטערבורגער חסידים, אַרײַנגערעכנט ברוך גאָרין, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟, וועלכער פֿירט אויך אָן מיטן אָפּטייל פֿון עפֿנטלעכע באַציִונגען בײַ דער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד‟, געזאָגט, אַז ליובאַוויטש וועט בלײַבן בלויז דער סימבאָלישער היסטאָרישער צענטער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג.
עס קאָן זײַן, אַז מע וועט דאָרטן עפֿענען אַ קליינע ישיבֿה און דורכפֿירן פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרשיידענע מאַסן־אונטערנעמונגען. קיין צווייטע אומאַן וועט אָבער דאָרטן זיך נישט שאַפֿן דווקא צוליב דעם, וואָס די ליובאַוויטשער ווילן נישט נאָכמאַכן די בראַצלעווער.
די ערשטע צוויי רביים פֿון חב״ד זענען באַערדיקט אין אוקראַיִנע, און די לעצטע צוויי – אין קווינס. הגם אין ליובאַוויטש געפֿינען זיך קבֿרים פֿונעם דריטן און פֿערטן רבין פֿון חב״ד, דער צמח־צדק און מהר״ש, בלײַבט דאָס דאָרף אַ וויכטיק אָרט, אָבער נישט דאָס איינציקע אין דער ליובאַוויטשער געשיכטע. די איצטיקע נסיעה, בעת וועלכער די באַטייליקטע זענען געפֿלויגן אַזש קיין קאַזאַכסטאַן, איז אַ סימן, אַז מחוץ דעם ברוקלינער הויפּט־שטאַב זענען די ליובאַוויטשער אַרום דער וועלט דעצענטראַליזירט. דער עצם־פֿאַקט, וואָס דער נאָמען פֿון דער לויבאַוויטשער באַוועגונג איז פֿאַרבונדן מיט אַ דאָרף, וואָס געפֿינט זיך אויף דער רוסישער טעריטאָריע, דינט ווי אַ קוואַל פֿון אַ היסטאָרישער אַסאָציאַציע, צוליב וועלכער די חב״דניקעס זאָרגן זיך באַזונדערס שטאַרק וועגן רוסלאַנד און שטרעבן דאָרטן אויפֿצושטעלן אַ מאָנאָפּאָל איבער אַלע ייִדישע אונטערנעמונגען. דאָס פֿיזישע דאָרף ליובאַוויטש בלײַבט אָבער בלויז אַ ווירטועל היימלאַנד.
די טויזנטער סאַטמאַרער און אַנדערע חסידים, וואָס באַווײַזן זיך אין אומאַן צוזאַמען מיט די בראַצלעווער און אָרגאַניזירן מאַסן־נסיעות איבער מיזרח־אייראָפּע, פֿאָרן זעלטן קיין ליובאַוויטש צוליב עטלעכע סיבות. קודם־כּל, איז די געשיכטע פֿון זייערע אייגענע באַוועגונגען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט אונגערן, פּוילן, רומעניע און אוקראַיִנע, אָבער נישט מיט רוסלאַנד. ליובאַוויטש געפֿינט זיך גאַנץ ווײַט פֿון די טיפּישע סאַטמאַרער מאַרשרוטן פֿון נסיעות צו קבֿרי־צדיקים. דערצו, כּדי צו פֿאָרן קיין רוסלאַנד מוז מען באַקומען אַ וויזע. מיט אַזאַ טעכנישער פּראָבלעם האָבן זיך אָנגעטראָפֿן די באַטייליקטע אין דער ליובאַוויטשער אַסיפֿה. ווען זיי האָבן געפּרוּווט אַריבערצוגיין צופֿוס די ווײַסרוסישע גרענעץ, האָט די ווײַסרוסישע פּאָליציי זיי פֿאַרהאַלטן. דאָס איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. למשל, די קאַנאַדער פּאָליציי וואָלט זיכער פֿאַרחידושט, אויב אַ רוסישער בירגער וואָלט זיך געלאָזט איבערן וואַלד פֿון ניו־יאָרק קיין קאַנאַדע. אַזוי צי אַזוי, זעט אויס קלאָר, אַז קיין „ניו־ליובאַוויטש‟ וועט אינעם אַלטן פֿאַרוואָרפֿענעם דאָרף נישט אויפֿקומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.