אַ צאָל געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיטן לערנען ייִדישע לימודים, האָבן שוין אָנגעהויבן זייער נײַעם סעזאָן.
בײַם פּראָיעקט „אשכּולות‟ איז דער ערשטער רעדנער געווען אַ גאַסט פֿון מדינת־ישׂראל, דער אַרכיטעקט — שרון ראָטבאַרד. ער האָט געהאַלטן צוויי רעפֿעראַטן וועגן דער שטאָטישער פּלאַנירונג פֿון יפֿו און תּל־אָבֿיבֿ. דער ערשטער רעפֿעראַט איז געווען געווידמעט דער געשיכטע און דעם איצטיקן צושטאַנד פֿון דער אַלטער יפֿו, וואָס פֿון איר, און לעבן איר, איז תּל־אָבֿיבֿ אויסגעוואַקסן. דער צווייטער רעפֿעראַט — וועגן דעם מצבֿ אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ. ראָטבאַרד אַליין האָט אָנטייל גענומען אין דער אויפֿריכטונג פֿון דער געגנט „שפּירא‟. ער האָט דערציילט וועגן איצטיקע סאָציאַלע און ווירטשאַפֿטלעכע פּראָצעסן אין דער געגנט, וועגן דער פּראָבלעם פֿון אומלעגאַלער עמיגראַציע פֿון אַפֿריקע און ווײַטערע פּערספּעקטיוון.
באַלד וועט „אשכּולות‟ ווידער עפֿענען זײַנע שפּראַך־קורסן פֿון העברעיִש און ייִדיש. אַזעלכע קורסן האָבן זיך שוין געעפֿנט בײַם צענטער פֿון ייִדישע לימודים בײַם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט. און דער צענטער פֿון לערנען ייִדישע לימודים אין רוסלענדישע אוניווערסיטעטן, „ספֿר‟, האָט שוין געמאָלדן וועגן זײַן ווינטער־קאָנפֿערענץ.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי האָט באַקומען אַ פּרעמיע פֿון „אונעסקאָ‟. די רייד גייט וועגן דער פּרעמיע פֿון מאַדאַנדזשיט סינגך — אַן אויסצייכענונג פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אידעען פֿון טאָלעראַנץ און געוואַלטלאָזיקייט, געגרינדעט אין 1995 פֿון סינגך לכּבֿוד מאַהאַטמאַ גאַנדיס יוביליי. די פּרעמיע ווערט צוגעטיילט איין מאָל יעדע צוויי יאָר.
אין מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, אויף דער קאַטעדרע פֿון ייִדישע לימודים איז אַרויס אַ בוך, „דאָס באַדעקטע און אַנטדעקטע אין תּלמוד: אַ פֿאַרצייכענונג פֿון אומפֿילאָסאָפֿישן דענקען אין סוף אַנטיקישער צײַט‟. די מחברים: דער פֿאָרזיצער פֿון דער קאַטעדרע, פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן, און דער הויפּט פֿון פֿאָרשונג־צענטער בײַם ייִדישן מוזיי — ד״ר אורי הערשאָוויטש. דאָס בוך איז אַ פּרוּוו צו אַנאַליזירן די סטרוקטור פֿון תּלמודישע מסכתּות, צו פֿאַרגלײַכן טעקסטן פֿון תּלמוד מיט אַנטיקישע טעקסטן און צו אַנטפּלעקן די פּרינציפּן, וואָס די צוויי קולטורן האָבן בשותּפות.
מיט צוויי וואָכן צוריק, אויף דעם קינאָ־פֿעסטיוואַל אין ווענעציע, איז פֿאָרגעקומען אַ פּרעמיערע פֿונעם נײַעם רוסלענדישן פֿילם וועגן חורבן — „גן־עדן‟. דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם, אַנדריי קאָנטשאַלאָווסקי, האָט באַקומען אַ „זילבערנעם לייב‟־פּרעמיע. די וואָך האָט דער רוסלענדישער „אָסקאַר‟־קאָמיטעט נאָמינירט דעם פֿילם פֿאַר דעם „אָסקאַר‟־פֿאַרמעסט. דער פֿילם דערציילט וועגן די געשעענישן אין אָקופּירטן פֿראַנקרײַך, און ווי עס האָט זיך אַנטוויקלט אַ ליבע־געשיכטע צווישן אַ פֿראַנצייזישער פֿרוי, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדישע קינדער, און אַן „עס־עס‟־אָפֿיצער.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון פּסקאָווער געגנט (צפֿון־מערבֿ רוסלאַנד) און איז ווידער פֿאַרבונדן מיט דער חורבן־טעמע. דאָרטן, אין אַ דערפֿל מיט נאָמען לאָקניאַ, האָט מען געעפֿנט אַ דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿון די נאַציסטן. אין לאָקניאַ זענען אין פֿעברואַר 1942 דערשאָסן געוואָרן 37 היגע ייִדן און איין ציגײַנער. איין ייִדיש ייִנגל איז געבליבן לעבן, איז דערגאַנגען צו די פּאַרטיזאַנער און האָט דערציילט וועגן דעם וואָס איז פֿאָרגעקומען און געזאָגט די נעמען פֿון אַלע 38 אומגעקומענע — זיי אַלע זענען איצט אָנגעשריבן אויף דער מצבֿה. דאָס דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס און דער פֿונדאַציע „חורבן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.