צוריקדרייען דעם זייגער דאַרף איך העט־ווײַט — מער ווי 76 יאָר צוריק — כּדי צו באַשרײַבן די נאָענטע באַציִונג צווישן מיר און מײַן חבֿרטע בלומע.
ס׳איז געווען סעפּטעמבער 1940 אין דער שלום־עליכם־מיטלשול, אינעם בנין פֿון Rand School לעבן דער 14טער גאַס אין שטאָט ניו־יאָרק.
מיר זײַנען געזעסן איינע לעבן דער צווייטער אינעם ערשט־יאָריקן קלאַס, איך — אַ יאָר 14 און בלומע טשינסקי - אַ ביסל ייִנגער פֿאַר מיר. שמועסנדיק, האָבן מיר אויסגעפֿונען אַז מיר וווינען ניט זייער ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער אין דער בראָנקס און אַז מיר נעמען די זעלבע אונטערבאַן אויף צו פֿאָרן שבת און זונטיק אין דער מיטלשול. אפֿשר זאָלן מיר זיך טרעפֿן און פֿאָרן צוזאַמען?
בלומע איז געווען אַ שטילע, צוריקגעהאַלטענע, שעמעוודיקע, און גלײַכצײַטיק זייער אַ פֿעיִקע, ערנסטע און קלוגע תּלמידה. איך האָב באַוווּנדערט איר פּינקטלעכקייט, ציכטיקייט און שאַרפֿן זכּרון. זי איז געווען אַ בת־יחידה — איך אויך. איך בין געווען אַ צעפּיעשטשטע פּוצערקע, און זי - אַ פּראַקטישע, רויִק־געקליידע. איך פֿלעג באַלד אַרויסשפּרינגען מיט אַן ענטפֿער אויף אַ לערערס פֿראַגע. זי איז געזעסן שטיל סײַדן דער לערער האָט געבעטן, זי זאָל רעאַגירן.
זײַנען מיר אַזוי געזעסן יעדן שבת און זונטיק און זיך געטיילט מיט היימאַרבעטן, פֿרישע געדאַנקען, מיידלישע סודות און שטרעבונגען.
אינעם צווייטן אָדער דריטן זמן איז בלומעס מאַמע געשטאָרבן. די מאַמע האָט געליטן פֿון אַ שווערער קראַנקייט שוין עטלעכע יאָר און אין משך פֿון דער גאַנצער צײַט איז בלומע געווען די „בעל־הביתטע‟ פֿון שטוב. זי האָט געקענט זײַן ניט מער ווי 13־14 יאָר אַלט ווען זי האָט געדאַרפֿט נעמען אויף זיך אַזאַ גרויס אַחריות. איר טאַטע האָט, נאָך עטלעכע יאָר, נאָך אַ מאָל חתונה געהאַט מיט אַן אלמנה מיט אייגענע קינדער און די באַציִונג צווישן זיי ביידע איז יאָרן־לאַנג געווען אַ קאַלט־אָנגעשטרענגטע. אפֿשר דערפֿאַר איז בלומע געווען אַזאַ שטיל־שווײַגנדיקע אין דער מיטלשול. זי האָט ניט געוואָלט (און ניט געקענט) רעדן וועגן איר משפּחה. ערשט שפּעטער, ווען זי האָט געהאַט איר אייגענע משפּחה, האָט זי זיך צעבליט און זיך געטיילט מיט אייגענע מיינונגען און געפֿילן.
זייער פֿרי האָט בלומע זיך אויסגעלערנט אַז ווען מע נעמט אָן אַן אַרבעט, דאַרף מען דאָס כּסדר דורכפֿירן מיט האַרץ און מיט אַחריות. און טאַקע דערפֿאַר איז זי שפּעטער געווען אַזאַ האַרציקע און איבערגעגעבענע מאַמע, לערערין און חבֿרטע.
1940־1944
אין אַזעלכע גורלדיקע חורבן־טעג האָבן מיר ביידע אײַנגעזאַפּט אין זיך די לימודים מיט התמדה און אַ קלאָרן ציל. עטלעכע בליץ־זכרונות שפּרינגען באַלד אַרויף פֿון יענער צײַט. געלערנט האָבן מיר ביאַליקס „שחיטה־שטאָט‟. זייער טיף האָבן מיר איבערגעלעבט יעדע שורה, יעדן קלאַנג פֿונעם דאָזיקן לאַנגן ליד, פֿאַרשטייענדיק אַז די שחיטה חזרט זיך איבער פֿאַר אונדזערע אייגענע אויגן. איך געדענק די טרערן אונדזערע.
דער דירעקטאָר פֿון דער מיטלשול, לייבוש לעהרער, האָט געשאַפֿן אַ הילפֿס־אַקציע, אופֿאָ״ם — ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אונדזער פֿאָלק מאָנט‟. און מיר סטודענטן האָבן יעדע וואָך אַרײַנגעלייגט אַ ביסל געלט אין אַ שיסל, װי אַ מיטל פֿון זיך אידענטיפֿיצירן מיט די גערודפֿטע נפֿשות אין אייראָפּע.
בשעת איך שרײַב איצט די שורות, טראַכט איך וועגן עפּעס וואָס איז מיר אין יענע יאָרן בכלל ניט אײַנגעפֿאַלן. אין משך פֿון די פֿיר יאָר, האָבן מיר געהאַט אַ סך לערערס, צווישן זיי: משה גאָלדשטיין (ייִדישע געשיכטע), יודל מאַרק (ייִדישע שפּראַך), י. זילבערבערג (ייִדישע ליטעראַטור), חבֿר אַראָנסאָן (געזאַנג, מיט זײַן מאַנדאָלין), י. ליפֿשיץ (געשיכטע), י. וואָל (געשיכטע), און פֿאַרשטייט זיך, לייבוש לעהרער (דירעקטאָר און לערער).
אַלע אונדזערע לערערס (אַלע מענער) זײַנען דאָך געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן זיך געהאַט געלערנט אין די חדרים, ישיבֿות אָדער וועלטלעכע טאָגשולן אין דער אַלטער היים, און זײַנען געקומען קיין אַמעריקע שוין ווי דערוואַקסענע (עלטער ווי מיר זײַנען דעמאָלט געווען אין דער מיטלשול) — און מיר, זייערע תּלמידים, זײַנען אַלע געווען הי־געבוירענע. וועגן ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן מיר זיך דערוווּסט בלויז פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — פֿון פּרצן, שלום־עליכמען. אויך פֿון אונדזערע אימיגראַנטן־עלטערן (אויב זיי האָבן געוואָלט דערציילן).
אונדזערע ייִדישע לערערס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אייניקע זײַנען אַפֿילו געווען אַנטלאָפֿענע פֿונעם גיהנום וואָס האָט זיך צעשפּרייט ווי ווילד־פֿײַער איבער זייערע היימשטעט און שטעטלעך. כּמעט אַלע פֿון זיי האָבן אויך, אין משך פֿון דער וואָך, אָנגעפֿירט מיט 5־טאָגיקע נאָכמיטאָג־פֿאָלקסשולן. זייערע שׂכירות, אַז אָך און וויי (ווען זיי האָבן דאָס באַקומען), זײַנען געווען גאָר מאָגערע. דערצו האָבן זיי געלערנט מיט צעבאַלעוועטע אַמעריקאַנער־געבוירענע קינדער אַלע טעג פֿון אַ פֿולער וואָך. פֿרעגט זיך די פֿראַגע: צי האָבן מיר דען פֿאַרשטאַנען וואָס זיי האָבן געמוזט איבערלעבן שטייענדיק פֿאַר אונדז אין זייערע קלאַסן?
ערשט שפּעטער, ווען איך בין אַליין געוואָרן אַ לערערין און אייניקע פֿון די זעלבע מיטלשול־לערערס זײַנען געוואָרן מײַנע קאָלעגן, האָב איך זיי באַוווּנדערט. זייער ליבע צו די קינדער, זייערע ידיעות, זייער געדולד — אַפֿילו הומאָר — און אויף די וואָס האָבן ניט געקענט האַלטן אָרדענונג אין זייערע קלאַסן, האָב איך רחמנות געהאַט און מיטגעפֿילט זייער פֿרוסטרירונג.
אין אונדזער מיטלשול־קלאַס האָבן בלומע און איך זיך געחבֿרט מיט שמואל לאַפּין ע׳׳ה (וואָס האָט געוווינט אין בראָנקסער געגנט) און מיר דרײַ פֿלעגן זיך אָפֿט טרעפֿן נאָך די לימודים, גיין אויף שפּאַצירן איבער די גאַסן און כּסדר זינגען ייִדישע לידער צוזאַמען הויך אויף אַ קול.
אינעם פֿערטן יאָר פֿאַר אונדזער גראַדויִרונג, האָבן מיר אינעם ליטעראַטור־קלאַס געלערנט א. ליעסינס לאַנגע פּאָעמע „ייִדיש‟, וואָס הייבט זיך אָן מיט די שורות —
„אין שלאָפֿלאָזע נעכט פֿלעג זי קומען צו מיר אין ליבער גענאָד,
פֿון וואַנען זי איז געקומען, דאָס איז געבליבן איר סוד‟.
דאָס ליד באַשרײַבט דעם לאַנגן געשיכטלעכן וועג פֿון דער ייִדישער שפּראַך דורך אַלע דורות און צרות, פּײַן און פֿאַרלוסטן, און ענדיקט זיך מיט די שורות:
„און כּל־זמן איך בין דיר, מײַן קינד, אַזוי טײַער
און כּל־זמן מיר זײַנען צוזאַמען נאָך דאָ
און כּל־זמן עס ברענט אין דײַן האַרץ נאָך דעם פֿײַער
ניט לאָז זי פֿאַרבײַ — די באַגײַסטערטע שעה‟.
בלומע און איך האָבן זיך אויסגעלערנט זאָגן דאָס גאַנצע ליד אויף אויסנווייניק, און די דאָזיקע לעצטע פֿיר שורות פֿלעגן מיר אָפֿט מאָל זאָגן איינע דער אַנדערער ווי אַ מין שבֿועה — אַפֿילו יאָרן שפּעטער, ווען מיר זײַנען שוין ביידע געוואָרן ייִדישע לערערינס. מיר פֿלעגן זיך צעשמייכלען איבערחזרנדיק די שורות פֿונעם ליד. פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ דערמאָנונג און אַ דערמוטיקונג, אַ צוזאָג און אַ ציל אין לעבן.
מיר האָבן גראַדויִרט פֿון דער מיטלשול יוני 1944. פֿאַר מיר פּערזענלעך איז דאָס געווען אַ גורלדיקע צײַט ווײַל פּונקט אין יענעם חודש, זײַנען די נאַצי־רצוחים אַרײַן אין מײַן מאַמעס היימשטעטל אין אונגערן, באָניהאַד, און פֿאַרשלעפּט מײַן מאַמעס שוועסטער, מײַן מומע רעגינע און איר 11־יאָריק טעכטערל געלע, דעם לאַנגן וועג קיין אוישוויץ, וווּ זיי זײַנען אומרחמנותדיק אומגעקומען… ערשט שפּעטער האָב איך פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס מײַן מאַמע האָט געוואָלט איך זאָל אויף דער גראַדויִרונג טראָגן דעם אונגערישן האַנט־געשטריקטן קלייד וואָס די מומע האָט מיר געהאַט צוגעשיקט.
טאַקע, אויף אַן אמת גראַדויִרט! אָבער ס׳רובֿ תּלמידים האָבן געוואָלט ווײַטער אָנהאַלטן אַ נאָענטן קאָנטאַקט אויף ייִדיש. און ניט אַלע האָבן חשק אָדער צײַט אַרײַנצוטרעטן אינעם ייִדישן לערער־סעמינאַר. איינער פֿון די לערערס האָט אונדז דערציילט אַז מיט יאָרן צוריק האָט מען געגרינדעט אַ יונגט־געזעלשאַפֿט, וואָס האָט אָנגעהאַלטן עטלעכע יאָר. קרוגליקאָף, יהודית סײַמאָן (בלאָק), מרים זאַלצמאַן, בינע סילווערמאַן (ווײַנרײַך), און אַנדערע האָבן זיך אָנגעכאַפּט אינעם געדאַנק. איך בין געוואָרן פּרעזידענט, שמואל — וויצע־פּרעזידענט און בלומע — סעקרעטאַרין פֿון דער באַנײַטער שלום־עליכם־יוגנט־געזעלשאַפֿט.
אונדזער מיטלשול־לערער מ. קורמאַן (מיר, מיידלעך, זײַנען געווען פֿאַרליבט אים אים — הויך, שיין, אַ היפּש־ביסל ייִנגער פֿון די אַנדערע לערערס און דער אַמעריקאַניזירצטער צווישן זיי אַלעמען) איז געוואָרן אונדזער בעל־יועץ. מיר חבֿרה פֿלעגן זיך צונויפֿקומען אין די פֿרײַטיק־צו־נאַכטסן אינעם בנין פֿון ייִדישן לערער־סעמינאַר, געפֿײַערט ייִדישע יום־טובֿים, פֿאַרבעטן גאַסט־רעדנערס אָדער דורכגעפֿירט שמועס־אָוונטן אויף ייִדישע נײַעס־טעמעס. אין סאַמע־מיטן פֿונעם ערשטן יאָר האָט לערער קורמאַן באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן ייִדישע לערערײַ אויף צו ווערן אַן אַדוואָקאַט (אַזוי האָט מען געשמועסט). פֿאַר אונדז אַלעמען (בפֿרט פֿאַר די מיידלעך) איז דאָס געווען אַ שווערער קלאַפּ. האָט גאָט געהאָלפֿן! דער נײַער בעל־יועץ איז געווען חיים פּאָמעראַנץ, אַ נידעריקער, אַ שפּרודלדיקער, פֿלאַם־פֿײַערדיקער אהובֿ־ייִדיש־און־ייִדישקייט. ער האָט זייער ליב געהאַט צו זינגען ייִדישע פֿאָלקס־לידער, און בפֿרט (אָבער ניט בלויז) בײַ בלומען און בײַ שמואלן, האָט ער זייער אויסגענומען.
מיט פֿאָדער און דערמוטיקונג, אַ מאָל אויך מיט טענות און קריטיק, פֿלעג פּאָמעראַנץ כּסדר איבערחזרן אַן אויסדרוק וואָס איך קען ניט פֿאַרגעסן. „איר דאַרפֿט ווערן קאָנסומענטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור‟! וואָס מיינט דאָס צו זײַן אַ קאָנסומענט? כ׳האָב שפּעטער אויסגעפֿונען אַז ער איז אַ גאַנצער „Yatyebedam‟ בײַ „מאַנישעוויץ״־מצות.
דעם צווייטן יאָר איז שוין געווען אָן אַ בעל־יועץ און מיט ווייניקער מיטגלידער. אין משך פֿון יענע צוויי יאָר, זײַנען בלומע, שמואל און איך געווען די איינציקע פֿון אונדזער מיטלשול־גראַדויִר־קלאַס וואָס האָבן גלײַכצײַטיק ממשיך געווען דאָס לערנען זיך אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן לערער־סעמינאַר.
עס געדענקט זיך, די לאַנגע טעלעפֿאָנישע שמועסן וואָס מיר האָבן דעמאָלט געהאַט, בפֿרט פֿאַר די עקזאַמענס. איך האָב ספּעציעל אויפֿגעלעבט אין שטיינבוימס קלאַס פֿון פּעדאַגאָגיע און מינקאָווס קלאַס אין מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע. איך האָב זייער ניט ליב געהאַט רפֿואל מאַלערס קלאַס אין מאָדערנער ייִדישער געשיכטע, ווײַל איך האָב געמיינט, אַז ער טײַטשט אַלץ פֿון אַ קאָמוניסטישן קוקווינקל. בין איך אים געלעגן ווי אַ ביין אין האַלדז און בלומע פֿלעג מיך פּרובירן באַרויִקן.
אין סעמינאַר, האָט מען געקענט זיך פֿאַרשרײַבן אין אַ פֿרײַוויליקן קלאַס מיט דער לערערין שׂרה ליבערסאָן אין ייִדישער סטענאָגראַפֿיע און טיפּירן. בלומע און איך האָבן זיך פֿאַרשריבן. איך בין געווען אין קלאַס בלויז איין מאָל — ניט מער. ווערן אַ ייִדישע סעקרעטאַרשע איז מיר ניט געווען צום האַרצן. ווער דאַרף דאָס? נאָר בלומע איז געשוווּמען ווי אַ פֿיש אין וואַסער. געענדיקט דעם קורס מיט אויסצייכענונג און איז טאַקע שפּעטער געוואָרן די סעקרעטאַרשע פֿון ל. גינגאָלד, דירעקטאָר פֿון ייִדישן ציוניסטישן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד אין ניו־יאָרק, און איך בין געוואָרן אַ ייִדישע שבת־קינדערגאָרטן לערערין (מײַן ערשטע שטעלע) אין אַ שלום־עליכם־פֿאָלקסשול אין ברוקלין. דערנאָך בין איך געווען די לערערין, צוזאַמען מיט י. ראָטנבערג (אַ געראַטעוועטער פֿונעם גיהנום אין ראָדעם, פּוילן), אין דער פֿינף־טאָגיקער נאָכמיטאָג־שול אין פּערט־אַמבוי, ניו־דזשערזי.
(מײַן מאַמע האָט, אַגבֿ, געהאַט גרויס עגמת־נפֿש פֿון מײַן ייִדישער לערערײַ. די עלטערן מײַנע זײַנען געוואָרן פֿאַרוואַלטערס אין דער שלום־עליכם־פֿאָלקסשול 1, ווען איך בין געווען אַ תּלמידה דאָרטן. און די מאַמע האָט זיך זייער געזאָרגט: וואָס פֿאַר אַ לעבן איז דאָס? ייִדישע לערערס קריגן ניט באַצאָלט. ייִדישע לערערס פֿירן פֿאַלשע ליבעס. די תּלמידים זײַנען „ווילדע חיות‟, און דער עיקר, ווער וועט דען ווילן חתונה האָבן מיט דיר? דאַרפֿסט זײַן אַ לערערין אין אַ „פּאָבליק־סקול‟… האָט זי געטענהט.)
ווען בלומע האָט מיר דערציילט אַז זי גייט חתונה האָבן, בין איך געווען שאָקירט! ווי קען דאָס זײַן? דווקא זי זאָל זײַן די ערשטע פֿון אַלע מײַנע חבֿרטעס וואָס האָט חתונה? זי — אַזאַ שטיל־שעמעוודיקע זאָל זיך ערנסט חבֿרן מיט אַ בחור און זי איז אַפֿילו ניט אַזאַ קראַסאַוויצע! ווען וועל איך חתונה האָבן? און מיט וועמען? איך האָב זיך באַקענט מיט איר חתן, משה לעדערהענדלער. אַ שטיל־שעמעוודיקער ווי בלומע, ניט־הויך, ניט ספּעציעל שיין, נאָר זייער איידל, אַ תּלמיד־חכם, און רעדט אַ פֿליסיקן מאַמע־לשון. ער איז אַ געראַטעוועטער פֿונעם חורבן, אַנטלאָפֿן צוזאַמען מיט דער מירער ישיבֿה, על־פּי־נס קיין שאַנכײַ, האָט קרובֿים דאָ אין לאַנד און האָט אַ שטעלע. עמעצער האָט זיי משדך געווען. זיי זײַנען גליקלעך. נו־נו.
אונדזער חבֿרשאַפֿט האָט זיך געמוזט ענדערן. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין קווינס — זייער ווײַט פֿון דער בראָנקס. אָבער מיר האָבן אָנגעהאַלטן אַ טעלעפֿאָן־פֿאַרבינדונג. ווען איך האָב חתונה געהאַט מיט שיקל פֿישמאַן, אַ פּאָר יאָר שפּעטער, האָבן בלומע און משה געטאַנצט אויף אונדזער חתונה מיט אַ באַזונדערן פֿרייד ווײַל זיי האָבן, כּמעט ווי שדכנים, געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אונדזער פּאָרן זיך.
בלומע קלינגט אָן פֿון קווינס. זי איז טראָגעדיק. איך בין אויך טראָגעדיק. זי האָט אַ ייִנגעלע, מלכל. איך האָב אַ ייִנגעלע, מאָנעלע. מיט דער צײַט קומען נאָך צוויי טעכטער בײַ די לעדערהענדלערס, שׂרהלע און זהבֿהלע, און נאָך צוויי ייִנגלעך בײַ די פֿישמאַנס, דודל און אַבֿרהמלע. די לעדערהענדלערס ציִען זיך אַריבער אין דער בראָנקס, עטלעכע גאַסן פֿון דער שלום־עליכם־שול 21, און בלומע ווערט אַ געהילפֿס־לערערין צום הויפּט־לערער, משה גאָלדשטיין, אונדזער אַמאָליקן מיטלשול־לערער. שיקל און איך הייבן אָן אונדזער וואַנדער־וועג, אָבער סוף־כּל־סוף, באַזעצן מיר זיך אויך אין דער בראָנקס, אין אַן אייגן הויז אויף „ביינברידזש‟־עוועניו, אַנטקעגן איבער דעם בנין פֿון דער ייִדישער נאָכמיטאָג־שול 21.
ניט נאָר וווינען בלומע און איך ניט מער ווי עטלעכע גאַסן אָפּגערוקט איינע פֿון דער צווייטער, נאָר איר מלכל און אונדזער מאָנעלע געפֿינען זיך אינעם זעלביקן קלאַס אין דער ייִדישער שול — און בלומע איז זייער לערערין!
די לעדערהענדלערס זײַנען געזעסן אויף אַן אָרט. די פֿישמאַנס זײַנען אַרומגעפֿאָרן. אָט זײַנען מיר אין דער היים און אָט געפֿינען מיר זיך אין קאַליפֿאָרניע, אין האַוואַיִיִ, זומערס אין די אוניווערסיטעטן, און אין 1970־1973 — אין ירושלים!
דאָס צוריק אײַנאָרדענען זיך אויף דער גאַס נאָך דרײַ יאָר אין ישׂראל, איז ווײַט ניט גרינג געווען. די געגנט האָט אָנגעהויבן זיך צו בײַטן — ווייניקער ייִדישע משפּחות — און די רעגיסטראַציע אין דער שול 21 האָט כּסדר געהאַלטן אין פֿאַלן.
בלומע איז די אַלע יאָרן — אפֿשר 20 יאָר אָן איבעררײַס — געבליבן די צווייטע לערערין און די רעכטע האַנט פֿונעם הויפּט־לערער משה גאָלדשטיין. זי איז געווען זייער באַליבט פֿון אירע תּלמידים, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן אָנגעהאַלטן קאָנטאַקט מיט איר לאַנג נאָך דעם ווי זיי האָבן גראַדויִרט. און משה גאָלדשטיין האָט אין בלומע געהאַט אַן אויסגערגעוויינטלעך־געטרײַע מיטאַרבעטערין, וואָס האָט ניט נאָר געלערנט די קלאַסן, נאָר גלײַכצײַטיק אויסגענוצט אַלע אירע סעקרעטאַרישע פֿעיִקייטן (פֿון די אַמאָליקע לערער־סעמינאַר־יאָרן) בײַם אויסטיפּירן אַלע לערן־מאַטעריאַלן, בריוו, באַריכטן, בולעטינען, געזאַנג־ און יום־טובֿ־בויגנס (און נאָך און נאָך) פֿאַר אַלע קלאַסן און אַלע אַלגעמיינע שול־אונטערנעמונגען די אַלע יאָרן וואָס זי האָט מיט אים צוזאַמענגעאַרבעט.
דער לערער גאָלדשטיין האָט אין 1974 זיך צוריקגעצויגן פֿון דער אַרבעט. כּמעט 50 יאָר האָט ער, מיט ליבע און התמדה, געטרײַ געלערנט מיט ייִדישע קינדער ייִדיש און ייִדישקייט. דעם טראָפּ האָט ער געלייגט אויפֿן לימוד ייִדישע געשיכטע (זײַן באַליבסטער לימוד). שול 21 איז געווען אין איר בלי־צײַט די גרעסטע (און אפֿשר פֿון די בעסטע) ייִדיש־וועלטלעכע שול אין ניו־יאָרק. פֿאַר בלומען איז זײַן אַוועקגיין זיכער געווען זייער שווער. זי האָט איין יאָר נאָך גאָלדשטיינס באַזעצן זיך אין פֿלאָרידע, געפּרוּווט מיטאַרבעטן מיטן נײַ־אָנגעקומענעם לערער, אָבער ס׳איז איר געווען פּײַנלעך-שווער.
זי האָט מיר פֿאַרטרויט דעם סוד אַז זי, משה און די קינדער וועלן זיך אײַנפּאַקן זייער האָב־און־גוטס און זיך באַזעצן אין ישׂראל. איך האָב געהאָלפֿן צוגרייטן אַ צאתכם־לשלום פֿאַר זיי אַ זונטיק בײַטאָג אינעם זאַל פֿון דער שלום־עליכם־שול 21 און עטלעכע תּלמידים פֿון אונדזער אַמאָליקן מיטלשול־קלאַס זײַנען געקומען זיך געזעגענען מיט איר.
נאָך זייער איבערקלײַבן זיך אין ישׂראל, האָבן בלומע און איך מער ניט געקענט שמועסן טעלעפֿאָניש. האָט זיך אָנגעהויבן אונדזער קאָרעספּאָנדענץ אויף ייִדיש. לאַנגע בריוו, פֿולע באַריכטן, נײַעסן וועגן די קינדער, וועגן אונדזערע מענער, קינדער האָבן חתונה, קינדער דינען אין מיליטער, מלכל/אלי ווערט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע, אונדזער דודל ווערט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע, אייניקלעך באַווײַזן זיך… מיר שטאָלצירן מיט אונדזער ביידנס ייִדישן נחת.
בלומע קומט אויף באַזוכן אין אַמעריקע. מיר פֿאָרן אויף באַזוכן אין ישׂראל, די לעדערהענדלערס ציִען זיך אַריבער קיין ירושלים און — וווּנדער איבער וווּנדער, ווי גאָט פֿירט זײַן וועלט! אין יאָר 1971, ווען מיר האָבן געלעבט אין ירושלים, האָבן שיקל און איך, צוזאַמען מיט גרשון ווײַנער ע׳׳ה און אַ. שעדלעצקי ע׳׳ה, געגרינדעט די „ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט‟, וואָס האָט זיך געטראָפֿן איין מאָל אַ חודש אין אַ געדונגענעם בנין און געפּראַוועט ייִדישע קולטור־פּראָגראַמען רק אויף ייִדיש. אין יענע יאָרן איז דאָס געווען זייער אַ געוואַגטע זאַך! די געזעלשאַפֿט איז געווען פֿון די ערשטע (אויב ניט די סאַמע־ערשטע פֿון אַזעלכע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס אין ישׂראל (אַחוץ „לייוויק־הויז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ) וואָס האָט ניט געהערט צו קיין שום פּאָליטישער פּאַרטיי. מיר האָבן פֿאַרבעטן די ייִדישע שרײַבערס און פּאָעטן, וואָס האָבן געלעבט אין ישׂראל; אויך די וואָס זײַנען נאָר וואָס עולה געווען פֿונעם דעמאָלטיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (אין יענער צײַט האָט זיך אָנגעהויבן די גרויסע כוואַליע זייערע אין לאַנד). אויך די שרײַבערס פֿון אַמעריקע און אייראָפּע וואָס זײַנען געקומען צו גאַסט האָבן מיר פֿאַרבעטן. דער עולם איז געווען אַ גרויסער און ענטוזיאַסטישע — און מיט דעם, האָבן מיר געשאַפֿן אַ לעבעדיקע ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה פֿאַר זיך און אונדזערע קינדער.
מיט יאָרן שפּעטער באַקום איך אַ בריוו פֿון בלומען, אַז זי איז אויך געוואָרן אַן אַקטיווע מיטגלידין פֿון אָט דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים. זי גייט אויף אויף אַלע מאָנטיק־טרעפֿונגען און איז אַפֿילו געוואָרן די סעקרעטאַרשע — אַן אַמט וואָס איך האָב געהאַט אין 1971־1973. איך האָב שטאַרק הנאה געהאַט.
מיר טיילן זיך און פֿרייען זיך — און די יאָרן גייען זיך און דרייען זיך.
משה שטאַרבט. מײַן שיקל שטאַרבט. און איצט — בלומע. זי פֿאַרלויפֿט מיר דעם וועג…
עס ווילט זיך ענדיקן אונדזער לעבנס־געשיכטע מיטן לעצטן בריוו וואָס איך האָב פֿון בלומען באַקומען אויף בליצפּאָסט, געשריבן ניט מער ווי צוויי וואָכן איידער זי איז פּלוצלינג אַוועק אין דער אייביקייט.
כּבֿוד איר ליכטיקן אָנדענק
ברוך דיין האמת
טײַערע געלע,
טאַקע גוט געווען צו הערן פֿון דיר. איך האָב זיך עטלעכע מאָל געטראָפֿן מיט דודן דאָ אין ירושלים — בײַ יהודיתן אין שטוב — און ער האָט מיר דערציילט וואָס דו מאַכסט…
איך פֿיל זיך איצט אַ ביסל שטאַרקער, אָבער נאָך אַלץ ניט געקומען צו זיך נאָך דעם ווי איך בין ווינטער־צײַט געפֿאַלן. איך האָב הילף פֿון צײַט צו צײַט און דאָס פֿאַרלײַכערט מיטן אײַנקויפֿן, מיט באָדן זיך, מיט קאָכן, און אַזוי ווײַטער. איך קען זיך פֿאַרלאָזן אויף דער טײַערער יונגער פֿרוי און דאָס אַליין גיט צו צום געזונט.
אַזוי ווי איך וווין אין אַ סבֿיבֿה — אין אַ בנין פֿון עלטערע מענטשן — בין איך קיינמאָל ניט אַליין, און הילף איז דאָ צו יעדער צײַט.
וואָס גיט מיר צו אַ סך כּוח איז מײַן פֿאַרבינדונג מיט אַ סך מענטשן — אָדער עטלעכע פֿון האָלאַנד, אָדער דײַטשלאַנד וואָס קומען אַהער צו געבן פֿרײַוויליק פֿון זייער צײַט — און מיר זענען פֿאַרבליבן גוטע פֿרײַנט אַפֿילו ווען זיי פֿאָרן צוריק אַהיים.
די בעסטע פֿאַרבינדונגען מײַנע זענען מיט יונגע מענטשן — פֿון די יאָרן 16־30, מיט וועמען איך האָב זיך אָפּגעגעבן אין משך פֿון עטלעכע יאָר, און וועמען איך זע זייער אָפֿט, אָדער מיר שרײַבן זיך דורך.
למשל, נעכטן האָט צו מיר געקלונגען אַ יאַפּאַנישע פֿרוי, וואָס האָט זיך דאָ געלערנט אין ירושלים, אַז זי איז דאָ אויף אַ באַזוך; זי איז געקומען מיך זען און זיך דורכגעשמועסט אויף ייִדיש. אַ פּאָר שעה שפּעטער האָב איך זיך געטראָפֿן מיט איינער פֿון מײַנע תּלמידות פֿון דער פֿאָלקסשול — זי און איר מאַן און קינדער זענען אַלע יאָרן אין קאָנטאַקט. איך בין געווען זייער גאַסט אין ניו־דזשערזי, און ווען זיי קומען קיין ישׂראל — פֿאַרבעטן זיי מיך און מיר פֿאַרברענגען צוזאַמען. מסתּמא געדענקסטו איר, זי איז אויך געווען בײַ דיר אין שטוב ווען מיר האָבן זיך אַלע דאָרטן געטראָפֿן מיט אַ שפּאָר ביסל יאָר צוריק; איידעלע רובינשטיין. איז, נעכטן האָבן מיר פֿאַרבראַכט צוזאַמען.
איך האָב אויך אָנהייב יאָר אָנגעפֿירט מיט אַ גרופּע אויף ייִדיש — זיי באַקענט מיט אַ היפּשע צאָל ייִדישע שרײַבער. איך האָב צוגעגרייט אַ סך מאַטעריאַל און אַלץ פֿאָטאָגראַפֿירט פֿאַר זיי. האָבן מיר אַלע הנאה געהאַט און זיי האָבן געלערנט פֿון אַ היפּשע צאָל שרײַבער וואָס זענען זיי בכלל ניט געווען באַקאַנט. ס׳האָט געמאַכט אַ רושם אויף זיי.
און ווען איך פֿיל אַז ס׳איז מיר אומעטיק — לייען איך אַ סך, אָדער איך שרײַב זיך דורך דורך „אי־מייל‟. חוץ דעם וווינען די קינדער און אויך אַ טייל פֿון די אייניקלעך גאָר נאָענט, און ווען איך האָב זיך גענייטיקט — זענען זיי אין עטלעכע מינוט געווען בײַ מיר.
אַגבֿ, איידער איך פֿאַרגעס; מלכל האָט מיך צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זײַן בײַ דער דערעפֿענונג פֿון דער שלום־עליכם קאָנפֿערענץ — און די בילדער וואָס דו האָסט געזען אין דער צײַטונג האָב איך בײַגעוווינט און אויך געשעפּט נחת. נו, גענוג — און אפֿשר מער ווי גענוג אויף הײַנט.
זײַ געזונט און האַלט זיך שטאַרק.
דײַן,
בלומע
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.