„סעלפֿי‟־מגפֿה

The Selfie Syndrome


פֿון באָריס סאַנדלער

Published September 25, 2016, issue of September 30, 2016.

ס׳איז מסתּמא נישט קיין סוד, אַז דער „סעלפֿי‟ (selfie), וואָס האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, ווי, נישט דאָ געדאַכט, אַ מגפֿה אין מיטל־עלטער, ציט איר ייִחוס פֿון די גאָר אַלטע צײַטן, פֿון דעם אומגליקלעכן יונג מיטן נאָמען נאַרציס.

איין מאָל, דעזעענדיק אינעם טײַכל זײַן אָפּשפּיגלונג, איז ער אין זיך פֿאַרליבט געוואָרן אַזוי שטאַרק, אַז ער האָט נישט געקאָנט זיך אָפּרײַסן פֿון זײַן אָפּשפּיגלונג און געשטאָרבן, נעבעך, בײַם טײַכל פֿון הונגער און פּלאָג. זײַן נאָמען איז אָבער פֿאַרבליבן ווי אַ סימבאָל פֿון זײַן פֿאַרליבט אין זיך, און חוץ זיך אַליין, קיינעם נישט זען און נישט הערן. זייער בולט האָט עס איבערגעגעבן אין זײַן בילד „נאַרציס בײַם טײַך‟ דער איטאַליענישער מאָלער קאַראַוואַדזשאָ. אויף מאַמע־לשון זאָגט מען וועגן אַזעלכע זעלבסטפֿאַרליבטע פּאַרשוינען: „נאָר איך, און מיך, און מײַנע שיך‟.

קאַראַוואַדזשאָ אַליין האָט נישט אין איין בילד זײַנס אַרײַנגעפּאַסט זײַן אייגענע „אָפּשפּיגלונג‟, און ווי ס׳איז באַקאַנט פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע, האָט ער געליטן דאָס גאַנץ לעבן פֿון „נאַרציסיזם‟. דאָס מאָלן זיך אַליין איז זייער פֿאַרשפּרייט צווישן די מאָלערס פֿון אַלע צײַטן. נאָך מער: נישט ווייניק פֿון זיי האָבן געמאָלט זייער פּנים, אָבער עס צוגעטיילט דעם ווײַבערישן גוף. עס איז פֿאַראַן אַ מיינונג, אַז דווקא די מאָלער, וואָס האָבן געליטן אויף נעווראָלאָגישע קרענק, האָבן אָפֿטער פֿון אַנדער געמאָלט זעלבסטפּאָרטרעטן. עס קומט באַלד אויפֿן זינען דער באַקאַנטער זעלבסטפּאָרטרעט מיטן אָפּגעשניטענעם אויער פֿונעם האָלענדישן מאָלער וואַך גאָך.

די פּסיכאָאַנאַליטיקער האַלטן, אַז „יעדער מענטשלעכער שׂכל טראָגט אין זיך אַ זעלבסטפּאָרטרעט, וואָס אַנאַליזירט דעם פּראָצעס פֿון דענקען. דער דאָזיקער זעלבסטפּאָרטרעט האַלט, אַז די מעשׂים פֿונעם מענטשן ווערן אָנגעפֿירט דורך זײַנע געדאַנקען. דער זעלבסטפּאָרטרעט איבערצײַגט אונדז, אַז מיר ווילן באַוווּסטזיניק עפּעס טאָן (ווי, למשל, זיך אָפּשנײַדן דעם אויער)‟ [Daniel Merton Wegner]. נאָך מער: וואַן גאָך האָט עס געטאָן, ווײַל זײַן קראַנקער אונטערבאַוווּסטזײַן האָט עס פֿאַרלאַנגט, ער זאָל קאָנען דערנאָך מאָלן פֿון זיך אַ בילד.

דער הײַנטיקער „סעלפֿי‟ דערמעגלעכט דעם מענטש נישט נאָר צו פֿאָטאָגראַפֿירן זיך אַליין אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער נאַטור אָדער אַנדערע שיינע טוריסטישע אָביעקטן; דער „סעלפֿי‟ מאַכט אים פֿרײַ צו פֿאַראייביקן זיך אַליין, ווען נאָר ער וויל; אַנדערש געזאָגט, ווען עס גיט אים עפּעס אַ שלאָג אין קאָפּ אַרײַן. נישט זעלטן קאָן מען זען הײַנט אין סאָבוויי אָדער אויף דער גאַס ווי עמעצער שלעפּט פּלוצעם אַרויס זײַן מאָביל־טעלעפֿאָן און הייבט זיך אָן פֿאָטאָגראַפֿירן, גלײַך ווי אַרום אים וואָלט קיינער מער נישט געווען; שוין אָפּגערעדט, אַז הײַנט צו רעדן „מיט זיך אַליין‟, יעדנפֿאַלס, אַזוי זעט עס אויס פֿון דער זײַט, איז געוואָרן אַ נאָרמאַלער אויפֿפֿיר. נאָך נישט לאַנג צוריק, וואָלט מען אויף אַזאַ פּאַרשוין, געקוקט ווי אויף אַ משוגענעם.

אַזעלכע באַגריפֿן ווי אינטימקייט, פּריוואַטקייט, פּנים־אל־פּנים, צווישן אונדז גערעדט, „נישט קיין טעלעפֿאָן־שמועס‟ און אַפֿילו סודותדיקייט — הערן אויף צו טראָגן זייער פֿריִערדיקן זין. הײַנט איז שוין געוואָרן אויס בושה צו שמועסן וועגן בעט־ענינים אויף דער מאָבילקע, אַרומגערינגלט מיט אַ טוץ מענטשן. אַדרבה, אָדער מע זעט זיי נישט, אָדער מע טוט עס בכּיוון, אויפֿרייצנדיק דערמיט זיך אַליין און דעם אַרום.

זינט ס׳האָט זיך באַוויזן „פֿייסבוק‟ און דערנאָך דער „סעלפֿי‟, האָבן זיך ווי צעעפֿנט אַלע טירן און פֿענצטער. אַלץ ווערט אַרויסגעטראָגן פֿון דער שטוב, ווי אַמאָל פֿאַר פּסח, ווען די באַלעבאָסטעס פֿלעגן נישטערן אין יעדן ווינקעלע, אַז קיין ברעקל חמץ זאָל, חלילה, נישט בלײַבן. מע דאַרף הײַנט נישט פֿאַרשיקן קיין שפּיאָנען פֿון איין לאַנד צו אַן אַנדער לאַנד; קוקט אַרײַן אין „פֿייסבוק‟, וועט איר זיך דערוויסן אַלע סודות. אויב אַמאָל האָט מען זיך געוויצלט — אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, קאָן מען הײַנט מיט רעכט זאָגן — אַ סוד אויף גאַנץ „פֿייסבוק‟.

די „סעלפֿיס‟ האָבן פֿאַרפֿלייצט דעם „פֿייסבוק‟. וווּ מע גייט און וווּ מע שטייט, און וווּ מע ליגט מאַכט מען פֿון זיך אַ בילד; און אויב די האַנט איז צו קורץ, קאָנט איר זי פֿאַרלענגערן מיט אַ ספּעציעל שטעקעלע, אַ מין מאָבילקע־פּראָטעז, וואָס מאַכט אײַער פּאַנאָראַמע אַ סך ברייטער.

אַ מאָל וואָלט מען עס אָנגערופֿן מיטן וואָרט „משוגעת‟; הײַנט זעען אויס אָפּגעשטאַנען און קליינשטעטלדיק יענע לײַט, וואָס האַלטן נישט פֿון די אַלע „סאָפֿיסטיצירטע משוגעתן‟. ס׳זײַנען אַפֿילו פֿאַרשפּרייט געוואָרן נײַע זשאַנערס פֿון פֿאָלקס־קולטור: „סעלפֿי־לידער‟, „סעלפֿי־ליריק‟, „סעלפֿי־טענץ‟, „סעלפֿי־משוגעתן‟ און אַנדערע מינים „סעלפֿיס‟. אין דער נעץ פֿון „סעלפֿי‟ האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט הונדערטער מיליאָנען מענטשן… מיט איין וואָרט, סעלפֿי־גלאָבאַליזאַציע.

צוריק גערעדט, מעגלעך טאַקע, אַז צוליב דער דאָזיקער „גלאָבאַליזאַציע‟ שאַפֿט זיך דער פּאַראַדאָקס, ווען דער מענטש פֿאַרשפּאַרט זיך אין זײַן עגאָיִזם און זינקט אין זײַן אומרו, און עלנטקייט — פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, שטרעבט ער זיך אַרויסצורײַסן פֿון די געצאַמטע דלתּ אַמות, אין וועלכע ער עקזיסטירט; ווײַל די זאָרג און מורא פֿאַר זײַן אייגענער עקזיסטענץ, צווינגט אים צו זוכן אַ שוץ אין דער דרויסנדיקער סבֿיבֿה…

איך אַליין, וואָס שייך „סעלפֿי‟, געהער מער צו דער קאַטעגאָריע „אָפּגעשטאַנענע און קליינשטעטלדיקע‟; סײַדן לעצטנס, האָב איך געמאַכט אַ פּרוּוו צו פֿאַראייביקן זיך אַליין אין אַ „סעלפֿי‟. ווען כ׳האָב נאָכן „קוועטש‟ אַ קוק געטאָן אויף מײַן זעלבסטפּאָרטרעט, האָב איך זיך באַלד דערמאָנט אינעם ייִדישן ווערטל: „אין אַ קרומען שפּיגל איז די נאָז אין אַ זײַט‟ — האָב איך באַלד ווידער אַ קוועטש געטאָן — אויף delete, אויסמעקן. אַ גוטע אָפּציע פֿאַר אַ סך „סעלפֿיסטן‟!