בײַם ייִדישן חורבן פֿאָרש־צענטער און מוזעום אין מעלבורן, אױסטראַליע, קומט איצט פֿאָר אַ מערקװירדיקע אױסשטעלונג.
דער אײנציקער ייִדישער פֿאָטאָגראַף־פּאַרטיזאַן בעתן חורבן־אײראָפּע (אױף װיפֿל מיר װײסן) איז דװקא געװען אַ פֿרױ, פֿײ שולמאַן, און די איצטיקע אױסשטעלונג פֿאַרנעמט זיך מיט אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון יענער צײַט און פֿונעם פּאַרטיזאַנער לעבן.
פֿײ שולמאַן איז געבױרן געװאָרן אין לענין, פּױלן, דעם 28סטן נאָװעמבער, 1919. דער עלטערער ברודער אירער איז געװען אַ פֿאָטאָגראַף, און ער האָט זי אױסגעלערנט דעם פֿאַך, כּדי זי זאָל קענען אַרבעטן בײַ אים אין געשעפֿט.
די צװײטע װעלט־מלחמה האָט צעשטערט דאָס ייִדישע לעבן אין לענין, פּונקט װי אין אַנדערע פּױלישע שטעטלעך. דעם 14טן אױגוסט 1942, האָבן די נאַציס דערמאָרדעט 1,850 אײַנװױנער פֿונעם אָרטיקן געטאָ, צװישן זײ — פֿײס עלטערן, שװעסטער און דעם ייִנגערן ברודער. נאָר 26 זײַנען געבליבן לעבן. פֿײ האָט שפּעטער געשריבן אין איר אױטאָביאָגראַפֿיע אַז איר פֿעיקײט מיטן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט האָט איר געראַטעװעט דאָס לעבן יענעם טאָג. דאָך האָבן די נאַציס באַפֿױלן אַז זי זאָל אַנטװיקלען די פֿאָטאָגראַפֿיעס װעלכע זײ האָבן אַראָפּגענומען פֿון דער שחיטה. בסוד סודות האָט זי אױך געמאַכט קאָפּיעס פֿון די פֿאָטאָס פֿאַר זיך אַלײן. אײן פֿאָטאָ האָט געװיזן װי די מתים פֿון איר אײגענער משפּחה ליגן אין אַ מאַסן־קבֿר.
אײן מאָל זײַנען די פּאַרטיזאַנען זײ באַפֿאַלן, און פֿײ האָט אױסגענוצט די געלעגנהײט צו אַנטלױפֿן אין װאַלד אַרײַן. זי איז אַרײַנעגענומען געוואָרן אינעם פּאַרטיזאַנען־אַטריאַד מאָלאָטאָװ, װאָס איז באַשטאַנען הױפּטזעכלעך פֿון רױט־אַרמײער װעלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון נאַצישער געפֿאַנגענשאַפֿט. מע האָט זי אַרײַנגענומען װײַל איר שװאָגער איז געװען אַ דאָקטאָר פֿאַר דער מלחמה און די פּאַרטיזאַנען האָבן זיך שטאַרק גענײטיקט אין יעדן אײנעם װאָס האָט געװוּסט כאָטש עפּעס װעגן מעדיצין. דעם אַטריאַדס דאָקטאָר איז פֿאַקטיש געװען אַ װעטערינאַר. פֿײ האָט געדינט װי אַ קראַנקן־שװעסטער אין דער בריגאַדע פֿון סעפּטעמבער 1942 ביז יולי 1944.
אַז דער אַטריאַד איז װידער באַפֿאַלן דאָס שטעטל לענין, האָט פֿײ געבראַכט איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט און אַנדערע פֿאָטאָגראַפֿישע נױטװענדיקײטן צו זיך אין װאַלד אַרײַן. במשך פֿון די קומענדיקע צװײ יאָר האָט זי באַװיזן אַראָפּצונעמען און צו אַנטװיקלען הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם פּאַרטיזאַנער־לעבן. אַז פֿײ איז אַרױס אין קאַמף, האָט זי באַגראָבן איר פֿאָטאָגראַפֿיש־קלאַפּער־געצײַג, כּדי עס זאָל צעבראָכן װערן.
אײנער פֿון פֿײ שולמאַנס פֿאָטאָס װײַזט אַ ייִדישע לװיה פֿון צװײ פּאַרטיזאַנען װאָס איז פֿאָרגעקומען אין װאַלד. נאָך אַ פֿאָטאָ װײַזט װי פֿײ באַגעגנט זיך מיט דרײַ ייִדישע יוגנטלעכע װעמען זי האָט געמײנט אַז זײ זײַנען שױן מער נישטאָ צװישן די לעבעדיקע און זײ האָבן געמײנט די זעלבע װעגן איר. די פֿאָטאָ װײַזט די טיפֿע פֿרײד װאָס שײַנט אַראָפּ פֿון אַלע דרײַ פּנימער.
נאָך דער באַפֿרײַונג האָט פֿײ חתונה געהאַט מיטן ייִדישן פּאַרטיזאַן מאָריס שולמאַן. זײ האָבן זיך באַזעצט אין פּינסק, אָבער עס האָט לאַנג נישט געדױערט ביז זײ האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן פּױלן. דערנאָך האָבן זײ געװױנט דרײַ יאָר אינעם „די־פּי‟־לאַגער אין לאַנדסבערג, דײַטשלאַנד, װוּ זײ האָבן געהאָלפֿן שמוגלען געװער פֿאַר דער „הגנה‟.
פֿײ און מאָריס שולמאַן האָבן זיך באַזעצט אין קאַנאַדע אין 1948. דאָרט האָבן זײ דערצױגן צװײ קינדער און דערנאָך זײַנען צוגעקומען זעקס אײניקלעך. דאָרט האָט פֿײ שולמאַן געמאַכט אַ קאַריערע פֿון רעדן מיט כּלערלײ גרופּעס װעגן אירע איבערלעבונגען װי אַ ייִדישער פּאַרטיזאַן. זי זאָגט אַז איר כּװנה בײַ נעמען די פֿאָטאָס איז געװען צו באַװײַזן אַז ייִדן האָבן געשטעלט אַ װידערשטאַנד קעגן די נאַציס אונטער די שװערסטע באַדינגוגען במשך פֿונעם חורבן. פֿײ שולמאַן האָט אױך געשריבן אירע זכרונות, װעלכע זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן װי „זכרונות פֿון אַ פּאַרטיזאַן‟ (A Partisan‘s Memoir) אין 1995. עס איז פֿאַקטיש פּונקט אַזױ שפּאַנענדיק צו לײענען אירע זכרונות װי עס איז צו באַטראַכטן אירע פֿאָטאָס, װעלכע זײַנען אַ װיכטיקער, אײגנאַרטיקער טײל פֿון אונדזער ייִדישער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.