דער ווידעאָ איז אַ טייל פֿון אַ סעריע, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ שטעלט פֿאָר באַנאַנד מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אין דער סעריע שטעלן מיר פֿאָר אויסצוגן פֿון די ייִדישע שפּראַכן אינטערוויוען, וואָס עס האָט געמאַכט „דער פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער.
קריסטאַ וויטני, די אָנפֿירערין פֿון דער פּראָגראַם האָט דערקלערט, אַז „דער פּראָיקעט איז אַ וואַקסנדיקע זאַמלונג פֿון פּרטימדיקע אינטערוויוען מיט מענטשן פֿון פֿאַרשידענע עלטערס און הינטערגרונטן, וועמענס פּערזענלעכע געשיכטעס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ רײַכע און קאָמפּליצירטע כראָניק פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט.‟
בײַ די ייִדישע שרײַבער איז שטענדיק געווען שווער צו קריגן פּרנסה פֿונעם שרײַבן אַליין, און צוליב דעם האָבן אַ סך פֿון די באַרימטסטע ייִדישע שרײַבער געהאַט שטעלעס במשך פֿונעם טאָג. איינער פֿון זיי, דער גרויסער פּאָעט און ראָמאַניסט משה קולבאַק, האָט געלערנט ייִדישע ליטעראַטור אין די וועלטלעכע ייִדישע פֿאָלקסשולן פֿון ווילנע. ווי עס דערמאָנט ד׳׳ר בנימין הרשבֿ ז׳׳ל אין דעם ווײַטערדיקן ווידעאָ, איז קולבאַק געקומען קיין ווילנע פֿון בערלין צוליב אַ דוחק פֿון שטעלעס אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט, וווּ מע האָט אַרויסגעגעבן זײַנע געזאַמלטע ווערק.
ווי עס דערמאָנט הרשבֿ, ווי אויך אַ ריי אַנדערע געוועזענע תּלמידים וואָס האָבן גענאָסן פֿון קולבאַקס לעקציעס, איז קולבאַק געווען אַ באַגאַבטער לערער, וואָס האָט געלערנט סײַ די קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, סײַ די דעמאָלט־יונגע פּאָעטן ווי חיים גראַדע, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ און איציק פֿעפֿער. הרשבֿ דערמאָנט זיך ווי קולבאַק האָט געהאַט גאַנץ אומדערוואַרטע מעטאָדן צו אינספּירירן זײַנע תּלמידים.
משה קולבאַק האָט שפּעטער זיך באַזעצט אין מינסק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָרטן איז ער געווען איינער פֿון די ערטשע קרבנות פֿון די סאָוועטן, וואָס האָבן אים אַרעסטירט אין 1937 פֿאַרן „איבערגעטריבענעם נאַציאָנאַליזם‟ און אים דערנאָך בסוד דערשאָסן.
בנימין הרשבֿ איז אַליין געוואָרן אַ וויכטיקער פּאָעט אויף ייִדיש און העברעיִש, ווי אויך אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור אין יעל־אוניווערסיטעט און אַ וויכטיקער איבערזעצער. ד׳׳ר הרשבֿ איז ניפֿטר געוואָרן פֿאַראַיאָרן אין ניו־הייוון, קאָנעטיקאָט.
כּדי צו זען דעם גאַנצן אינטערוויו אויף ייִדיש באַזוכט: //www.yiddishbookcenter.org/collections/oral-histories/interviews/woh-fi-0000401/benjamin-binyomen-harshav-2013
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.