ביזן לעצטן מאָמענט איז רוחי פֿרײַער נישט געווען זיכער, צי זי וועט טאַקע געווינען די וואַלן פֿאַר ריכטער פֿונעם ברוקלינער ציווילן געריכט. זי האָט אָבער יאָ געוווּנען, און אָנהייבנדיק פֿון יאַנואַר 2017 וועט זי ווערן די ערשטע חסידישע פֿרוי אָנצונעמען דעם אַמט.
זיצנדיק מיט רוחי אין אַ כּשרן „דאַנקין דאָנוטס‟, זיפּנדיק אַ הייסע טיי, האָב איך זי געפֿרעגט, וואָס איז איר „סוד פֿון סוקצעס‟. מיט אַ באַשיידענעם שמייכל האָט זי געענטפֿערט: „אױב דער אייבערשטער װיל, איז אַלץ מעגלעך.‟
„מיט זעקס קינדער, קיין עין הרע, איז גאָר נישט געווען גרינג צו װערן אַ ריכטער,‟ האָט רוחי, אַ גראַדואַנטקע פֿון דער „בית־יעקבֿ‟־שול, געזאָגט. איר ערשטע אַרבעט, צו צוואַנציק יאָר, איז געווען ווי אַ יורידישע סעקרעטאַרשע אין באָראָ פּאַרק. נאָכן זען דעם פֿילם, The Firm, וועגן אַ יונגן אַדוואָקאַט (טאָם קרוז), וואָס אַנטדעקט קאָרופּציע אין דער פֿירמע וווּ ער אַרבעט, איז זי אינספּירירט געוואָרן צו געפֿינען אַ יורידישע שטעלע אין מאַנהאַטען. זי האָט געפֿונען אַרבעט, אָבער ס׳איז איר געווען אַן אַנטוישונג. „ס׳איז מיר געװען נימאס צום טױט,‟ האָט זי געלאַכט.
רוחי האָט אײַנגעזען, אַז אויב זי וויל קריגן אַן אינטערסאַנסטע אַרבעט, װעט זי מוזן גיין אין אוניװערסיטעט. ווי אַ חסידישע פֿרוי האָט זי אַפֿילו נישט געהאַט קיין באַקאַלאַװראַט.
איר מאַן האָט שוין אַליין אָנגעהויבן שטודירן אין אוניווערסיטעט. זײַענדיק אויף זײַן גראַדויִרונג, און זעענדיק זײַן דיפּלאָם, האָט רוחי אָפּגעמאַכט בײַ זיך: „איצט איז מײַן רײ!‟ מיט זײַן הסכּמה, האָט רוחי זיך פֿאַרשריבן אין „טוראָ־קאָלעדזש‟, אַ לערן־אינסטיטוציע געגרינדעט פֿאַר פֿרומע ייִדן, און במשך פֿון זעקס יאָר האָט זי שטודירט, געאַרבעט, געהיט אירע קינדער — און אויך געבאַקן חלה יעדן ערבֿ־שבת.
נאָכן באַקומען דעם באַקאַלאַווראַט, האָט זי ערשט געדאַרפֿט גיין אין יוריספּרודענץ־שול. זי איז אָנגענומען געוואָרן אין דער יורי־שול בײַ ברוקלין־קאָלעדזש, אָבער דאָס מאָל איז זי שוין געװען אַ ביסל מער נערװעז, װײַל אין פֿאַרגלײַך מיט „טוראָ‟, איז ברוקלין־קאָלעדזש געווען אין גאַנצן אַ װעלטלעכע סבֿיבֿה. „איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז עס שטײט פֿאַר מיר אַ געװאַלדיקער נסיון.‟
רוחיס ערשטער אױספּרוּװ האָט זיך אָנגעהױבן װען זי האָט זיך אונטערגענומען צו העלפֿן חסידישע בחורים, וואָס האָבן זיך געבונטעוועט קעגן דער טראַדיציאָנעלער ישיבֿה־סיסטעם. כּדי זיי צו העלפֿן האָט זי געגרינדעט אַן אַנדער סאָרט ישיבֿה מיטן נאָמען „בדרך‟, וווּ די יונגע לײַט האָבן געקענט זיך לערנען אויף די GED־עקזאַמענס (מיט אַנדערע ווערטער — סעקולערע לימודים) און זיך לערנען אַ פֿאַך.
נישט געקוקט אויף רוחיס פֿרומקייט האָבן עטלעכע חסידישע עסקנים עפֿנטלעך אויסגעדריקט אַ חשד וועגן אירע מאָטיװן. זי האָט זיך אָבער נישט אונטערגעגעבן.
„די אויגן פֿון די יונגע לײַט שרײַען אויס צו מיר נאָך הילף — האָט זי געענטפֿערט אירע קריטיקער — אָבער אױב איר װילט זיך אַליין פֿאַרנעמען מיט זיי, טוט עס געזונטערהייט!‟ די קריטיק האָט זיך אײַנגעשטילט.
רוחיס אַרבעט מיט די בחורים איז געגאַנגען אַזוי גוט, אַז זיי זענען עד־היום אין פֿאַרבינדונג מיט איר. בעת איר וואַל־קאַמפּאַניע האָבן די בחורים אַפֿילו אָנגעשריבן און רעקאָרדירט אַ לידל פֿאַר איר קאַנדידאַטור, און זענען געפֿאָרן איבער באָראָ פּאַרק, שפּילנדיק דאָס ליד אויף זייערע הילכערס.
די קהילה האָט זי טאַקע געשטיצט.
„ווען איך האָב אויסגעפֿונען אַז כ׳האָב געוווּנען, בין איך געווען אַזוי דאַנקבאַר די וויילער, אַז איך האָב ממש געוואָלט אויפֿהענגען אַ ריזיקן טראַנספּאַראַנט אויפֿן העכסטן בנין אין דער געגנט, מיט די ווערטער: „אַ גרויסן דאַנק אײַך אַלעמען, באָראָ פּאַרק!‟
ס׳איז אינטערעסאַנט, וואָס די חסידישע וויילער שטיצן אַ פֿרוי פֿאַר אַ פּאָליטישער פּאָזיציע; שוין אָפּגערעדט — אַ חסידישע. פֿאַרקערט, איר ערשטע אַרבעט איז דווקא געװען בײַ די סאַטמאַרער. איידער זי האָט אַפֿילו באַקומען איר יורידישן דיפּלאָם האָט מען איר שוין אָנגעשטעלט אין מאָנראָו, צו העלפֿן די סאַטמערער זיך אַן עצה געבן מיט די נישט־חסידישע אײַנוווינער, וואָס האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער וואַקסנדיקער חסידישער באַפֿעלקערונג.
רוחיס פּאָליטישע חריפֿות איז דעמאָלט שטאַרק צו ניץ געקומען, װײַל זי האָט באַלד פֿאַרשטאַנען די הויפּט־פּראָבלעם: די גױים פֿאַרשטיין זיי פּשוט נישט. זי האָט פֿאָרגעלייגט די סאַטמאַרער כּלל־טוער זיך פֿאַרבינדן מיט דער סעקולערער פּרעסע, אָבער יענע האָבן געענטפֿערט: „ס׳װעט גאָרנישט העלפֿן. זיי זיינען סתּם אַנטיסעמיטן.‟
האָט רוחי אַליין אויסגעזוכט דעם רעפּאָרטער װאָס האָט געשריבן די נעגאַטיװסטע אַרטיקלען וועגן די חסידישע אײַנוווינער. „איך בין אַליין אַ חסידישע פֿרױ — האָט זי אים געזאָגט — און כ׳בין גרייט אײַך צו געבן אַ געלעגנהייט זיך בעסער צו באַקענען מיט די חסידים אין געגנט.‟ דער רעפּאָרטער האָט מסכּם געווען.
רוחי האָט געבעטן אַ סאַטמאַרער משפּחה אויפֿצונעמען דעם רעפּאָרטער, אָבער זיי האָבן זיך אַ ביסל איבערגעשראָקן איבער דעם, און געגאַנגען פֿרעגן אַ שאלה. „מעג מען פֿאַרבעטן אַזאַ גױ אין שטוב, כּדי אַז ער זאָל זען װי אַזױ מיר לעבן?‟ האָט דאָס פּאָרפֿאָלק געפֿרעגט זייער רבֿ.
„נישט נאָר מעג מען; מע מוז,‟ האָט זייער רבֿ געענטפֿערט. דער רעפּאָרטער איז געקומען, און איז געווען אַזוי נתפּעל פֿון רוחיס פּאָליטישע פֿעיִקייטן, אַז ער האָט שוין געוואָלט אָנשרײַבן אַן אַרטיקל וועגן איר גופֿא. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ מענטש פֿון דער נישט־ייִדישער פּרעסע האָט געשריבן אַ וואַרעמען פּראָפֿיל פֿון אַ חסידישער פֿרױ, און רוחיס שם האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט.
רוחי האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אין אינערלעכע מחלוקתן. אין 2011 האָבן עטלעכע פֿרויען זיך געוואָנדן צו איר, וועגן דעם וואָס זיי ווילן אַרבעטן ווי וואָלונטירן פֿאַר „הצלה‟, דער ייִדישער מעדיצינישער נויטפֿאַל־דינסט, אָבער „הצלה‟ לאָזט זיי נישט ווײַל זיי זענען פֿרויען.
„ס׳איז נישט געווען קיין ענין פֿון פֿעמיניזם, נאָר פֿון צניעות,‟ האָט רוחי דערקלערט. „אַ סך ייִדישע טעכטער ווילן פּשוט נישט גיין צו קינד פֿאַר פֿרעמדע מענער. די פֿרויען וואָס זענען געקומען צו מיר זענען נישט קיין אונטערהעצערס, נאָר פֿאַרקערט — פֿײַנע, פֿרומע, ערלעכע ייִדישע טעכטער‟.
רוחי האָט געפּרוּווט איבערצײַגן „הצלה‟ זיי אָנצונעמען אָבער די אָרגאַניזאַציע האָט געטענהט, אַז דאָס איז קעגן דער הלכה. איז רוחי אַליין געװאָרן אַ פּאַראַמעדיקער. אַ יאָר לאַנג האָט זי זיך אויסגעשולט, און דערנאָך געגרינדעט איר אייגענעם חסידישן אַמבולאַנס־קאָרפּוס פֿאַר פֿרױען, „עזרת־נשים‟.
נישט געקוקט אויף אירע אויפֿטוען, איז רוחי אומבאַקוועם ווען מער לויבט זי; פֿאַרקערט — זי וויצלט זיך וועגן דעם. װען אַ חבֿרטע אירע האָט איר, למשל, געזאָגט אַז זי װעט זיכער געװינען די װאַלן װײַל זי איז אַזאַ „שטאַרקע‟, האָט רוחי זיך צעלאַכט. „איך, אַ שטאַרקע? כ׳װעג נאָר 95 פֿונט!‟
זי האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ רגע, און צוגעגעבן: „אָבער מײַן אמונה אינעם אייבערשטן — דאָס איז יאָ אַ שטאַרקע.‟
דאָס לידל וואָס אַ גרופּע חסידישע יונגע לײַט האָבן אָנגעשריבן פֿאַר רוחיס קאַמפּאַניע:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.