ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 27, 2016, issue of September 30, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

בוך באַצייכנט אַמאָליקע ייִדישע דירעקטאָרן פֿון אַמעריקאַנער פֿילם־אינדוסטריע ווי פּאָלאַקן

אין 1921 האָט אַלבערט אײַנשטײַן געהאַלטן אַ לעקציע וועגן זײַן רעלאַטיוויטעט טעאָריע אין פּאַריז, וווּ ער האָט דערקלערט:

„אויב סע וועט זיך אַרויסווײַזן אַז מײַן טעאָריע איז ריכטיק, וועלן די דײַטשן זאָגן אַז איך בין אַ דײַטש, און די פֿראַנצויזן וועלן זאָגן אַז איך בין אַן אוניווערסאַלער וויסנשאַפֿטלער…אויב סע וועט זיך אָבער פֿון מיין טעאָריע אַרויסלאָזן אַ בוידעם, וועלן די פֿראַנצויזן זאָגן אַז איך בין אַ דײַטש, און די דײַטשן וועלן זאָגן אַז איך בין אַ ייִד.‟

אין פּוילן איז דערשינען אַ בוך, „פּאָליוווּד‟, וואָס האָט מיך דערמאָנט אין אײַנשטײַנס הומאָריסטישע שורות.

מיר אַלע ווייסן וואָס איז אַזוינס האָליוווּד. האָליוווּד איז אַ סינאָנים מיט דער אַמעריקאַנער פֿילם־אינדוסטריע.

באָליוווּד איז סינאָנים מיט דער אינדישער פֿילם־אינדוסטריע. פאַרוואָס באָליוווּד? ווײַל דאָס איז אַ שעטנז — האָליוווּד מיט באָמביי.

פּאָליוווּד מיינט אַז די גאַנצע אַמעריקאַנער פֿילם־אינדוסטריע איז אין תּוך אַ פּוילישע. פּוילן + האָליוווּד = פּאָליוווּד.

דער מחבר פֿונעם פּאָפּולערן בוך דערמאָנט אונדז אַז לויִס מאַייער, בילי ווײַלדער, ערנסט לוביטש און נאָך און נאָך האָליוווּד־לעגענדעס זענען אַלע פּאָליאַקן.

וואָס הייסט פּאָליאַקן? קינד־און־קייט ווייסן אַז זיי זענען געווען פּוילישע ייִדן. אָ! זײַט וויסן אַז הײַנט שטאָלצירן די פּאָליאַקן מיט זייערע אַמאָליקע פּוילישע ייִדן. הייסט עס, אַז אַ פּוילישער ייִד איז אויך אַ פּאָליאַק.

אָדער ווי אַלבערט אײַנשטיין האָט געשריבן שוין אין יאָר 1921 — סע ווענדט זיך ווען.


סקולפּטאָר אָסטשעגאַס מצבֿות וועלן רעמאָנטירט ווערן

אַבֿרהם אָסטשעגאַ איז מסתּמא געווען דער גרעסטער ייִדישער סקולפּטאָר אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. דאָס רובֿ זײַנע סקולפּטורן זענען אָבער נעלם געוואָרן בשעת דער מלחמה.

עס זענען אָבער יאָ דאָ צוויי ערטער, וווּ מע קען זען זײַנע אימפּאָנירנדיקע סקולפּטורן. זיין רמב״ם־סקולפּטור וואָס דער העברעיִשער אוניווערסיטעט האָט באַשטעלט אין יאָר 1925 געפֿינט זיך עד־היום אין ירושלים.

אין וואַרשע קענען מיר זען נאָך צוואָנציק סקולפּטורן זײַנע צוליב אַ פּשוטער סיבה. דאָס זענען מצבֿות וואָס ער האָט געשטאַלטיקט פֿאַרן וואַרשעווער בית־עולם אויף דער אָקאָפּאָווער גאַס. זייער באַקאַנט צווישן זיי איז זײַן אוהל פּרץ.

די מצבֿה פֿון יאַן שעראָטאַ איז אַ בײַשפּיל פֿון אָסשטעגאַס נאָוואַטאָרישקײט. חוץ פֿיגוראַטיווע עלעמענטן האָט ער געשטאַלטיקט אויך מענטשלעכע פֿיגורן ווי אַ טייל פֿון דער מצבֿה.

אָסטשעגאַ איז דערמאָרדעט געוואָרן אין טרעבלינקע אין יאָר 1942 אין עלטער פֿון 53 יאָר. איצט וועט מען רעמאָנטירן אָסטשעגאַס מצבֿות אויפֿן בית־עולם. דער פּוילישער קולטור־מיניסטעריום דעקט ס’רובֿ פֿון די הוצאָות פֿאַרן דאָזיקן וויכטיקן קולטורעלן אויפֿטו.


אַנטי־אַבאָרט אַקטיוויסט הייסט ד״ר חזן

פּוילן איז געווען אויף געהאַקטע צרות פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, סײַ עקאָנאָמיש סײַ מיליטעריש. אַנשטאָט זיך צו פֿאַרנעמען מיט די דאָזיקע לעבנסגעפֿערלעכע פּראָבלעמען, האָט דער פּוילישער פּאַרלאַמענט אין יענע יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט אַ גאָר אַנדערן ענין — דערלויבן אָדער נישט דערלויבן כּשרע שחיטה.

פּוילן האָט אויך הײַנט נישט ווייניק פּראָבלעמען, עקאָנאָמישע און מיליטערישע. פֿון דעסט וועגן רעדט מען דאָ טאָג אײַן טאָג אויס וועגן גאָר אַן אַנדערן ענין — לעגאַליזירן אָדער נישט לעגאַליזירן דעם אַבאָרט.

איך וועל אײַך נישט מוטשען מיט די אַרגומענטן פֿון ביידע צדדים: די ליבעראַלן פֿון איין זײַט און די קאַטוילישע קאָנסערוואַטיוון פֿון דער צווייטער. איך בין אָבער מסתּמא דער איינציקער אין פּוילן וואָס הערט נישט אויף צו שטוינען ווען מען חזרט איבער דעם נאָמען פֿונעם דעה־זאָגער פֿונעם אַנטי־אַבאָרט לאַגער. מסתּמא דער סאַמע בולטסטער קעמפֿער קעגן דעם אַבאָרט, און דער גרעסטער פֿארטײדיקער פֿונעם קאַטוילישן לאַגער איז אַ געוויסער דאָקטער חזן. איר האָט גוט געהערט, חזן.

דער דאָזיקער חזן האָט מסתּמא נישט פֿאַרגעסן די העברעיִשע מקורים פֿון זײַן קאַטוילישן גלויבן. ער איז נישט נאָר קעגן דעם אַבאָרט. ער האַלט אויך אַז מען טאָר נישט געבן די קימפּעטאָרינס קיין שפּריצן קעגן פּײַן. פֿאַרקערט. ד”ר חזן האַלט אַז פֿרויען זאָלן יאָ לײַדן יסורים ווען זיי געבוירן קינדער. פֿאַר וואָס? כּדי זיי זאָלן מקיים זײַן דעם פּסוק: „מיט יסורים וועסטו געבערן קינדער‟.

אַזוי רעדט ד״ר חזן.

צוריק געשמועסט, אויב אַ מאָרמאָנישער סענאַטאָר פון יוטאַ קען הייסן חפֿץ, מעג אַ קאַטוילישער דאָקטער פֿון פּוילן הייסן חזן. ממה נפֿשך — אויב ייִדן האָבן דאָס רעכט צו האָבן גוייִשע נעמען, האָבן די גוייִם מסתּמא דאָס רעכט צו האָבן ייִדישע נעמען.

דערלויבט מיר פֿון דעסט וועגן צו בלײַבן בײַ מיין ייִדישן נאָמען, ווײַצנער. אויף פּויליש וואָלט איך געהייסן פּשעניצקי.