מענטשן פֿרעגן מיך אָפֿט: „אויב דו ביסט אַ גוי, פֿאַרוואָס האָסטו זיך געוואָלט אויסלערנען ייִדיש? פֿאַרוואָס ווילסטו ווערן אַ ייִד, ווען מיר האָבן אַזוי פֿיל צרות!?‟
ס׳איז מיר זייער שווער צו געבן אַ פּשוטן ענטפֿער צו אַזוינע קאָמפּליצירטע שאלות. ס׳איז ניטאָ קיין איינציקע תּשובֿה, וואָס קען פֿאַרסך-הכּלען מײַן ליבשאַפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך אָדער מײַן פֿאַרלאַנג זיך צו פֿאַרבינדן מיטן ייִדישן פֿאָלק.
כ׳בין געבוירן געוואָרן אין מעמפֿיס, טענעסי און קום פֿון אַ טיפּישער איטאַליענישער משפּחה. כ׳בין שטענדיק געגאַנגען אין קאַטוילישע שולן, אָבער איך בין אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין אַ גאַנץ ליבעראַלער סבֿיבֿה. מײַנע עלטערן זענען קאַטויליש אָבער ניט שטאַרק רעליגיעזע מענטשן. ווי אַ קינד, האָב איך שטענדיק געוווינט צווישן קריסטן און האָב קיין מאָל ניט געהאַט קיין ייִדישע פֿרײַנד אָדער בעקאַנטע.
מײַן אינטערעס צו ייִדן האָט זיך אָנגעהויבן ווען איך בין געווען 11 יאָר אַלט. אינעם זעקסטן קלאַס, האָבן מיר געלייענט „דאָס טאָגבוך פֿון אַנע פֿראַנק‟ און זיך געלערנט וועגן די רדיפֿות אויף די ייִדן בשעת דעם חורבן. אין אַ געוויסן זינען, האָב איך זיך אידענטיפֿיצירט מיטן ייִדישן מיידל. זי האָט זיך געדאַרפֿט באַהאַלטן פֿון די דײַטשן ווײַל זי איז געווען אַ ייִד, און איך האָב זיך געדאַרפֿט באַהאַלטן פֿון אַלעמען ווײַל איך האָב שוין דעמאָלט געוווּסט, אַז איך בין „גיי‟. די דײַטשן און אַנדערע פֿעלקער האָבן פֿײַנט געהאַט די ייִדן, נאָר ווײַל זיי זענען געבוירן געוואָרן ייִדן, און איך האָב זיך געזאָרגט, אַז אויב מע וועט זיך דאָס דערוויסן וועגן מיר, וועט מען מיך אויך פֿײַנט האָבן.
כ׳האָב געוואָלט זיך לערנען מער וועגן דער ייִדישער קולטור און זייער געשיכטע, בפֿרט וואָס ס׳האָט פּאַסירט במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. איך האָב אָנגעהויבן לייענען די זכרונות פֿון דער שארית-הפּליטה, און אין די דאָזיקע ביכער האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דער ייִדישער שפּראַך, וועגן דעם שטעטל-לעבן, און וועגן דער ייִדישער רעליגיע און מינהגים.
אינעם זעלבן יאָר בין איך איין מאָל געווען מיט מײַן משפּחה אין טשאַטאַנוגאַ, טענעסי, און הינטער אונדזער האָטעל האָב איך דערזען אַ קליינע שיל. איך האָב געפֿרעגט מײַן מאַמען אויב איך קען שבת גיין אין יענער שיל. „אוודאי,‟ האָט זי געענטפֿערט, און מיך פֿרײַטיק געבראַכט צום רבֿ צו בעטן אויב איך קען דעם צווייטן טאָג גיין אין שיל.
אויף מאָרגן בין איך אַרײַנגעגאַנגען אין שיל, אָנגעטאָן אַ יאַרמלקע, און בין געזעסן פֿון הינטן. איך האָב גענומען אַ סידור אין האַנט, און כאָטש איך האָב ניט געקענט לייענען קיין איינציקן אות, האָב איך גערירט דאָס מויל און געמאַכט אַן אָנשטעל אַז איך קען אַלע העברעיִשע תּפֿילות. אין דער אמתן האָב איך זיך געפֿילט ווי אַ פֿיש אויף דער יבשה, אָבער ס׳איז פֿאָרט געווען אַ וויכטיקע דערפֿאַרונג פֿאַר מיר, ווײַל ס׳איז געווען מײַן ערשטע פֿאַרבינדונג מיט ייִדן. פֿריִער בין איך קיין מאָל ניט געווען אין אַ שיל — אפֿילו קיין מאָל ניט געזען קיין ייִד.
מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָב איך אָנגעהויבן גיין אין אַ קאַטוילישער מיטלשול פֿאַר ייִנגלעך, אָנגעפֿירט דורך מאָנאַכן. במשך פֿונעם צווייטן יאָר האָבן אַלע תּלמידים זיך געלערנט דעם „העברעיִשן טעסטאַמענט‟. אונדזער לערער איז געווען אַ גלח, דער פֿאָטער פּיו.
דעם ערשטן טאָג פֿונעם לימוד האָט ער אונדז געזאָגט: „דזשענטלמען, דאָס יאָר וועלן מיר זיך לערנען דעם העברעיִשן טעסטאַמענט. אפֿשר האָט איר באַמערקט אַז איך האָב ניט געזאָגט דעם ׳אַלטן׳ טעסטאַמענט. פֿאַרוואָס? ווײַל עס איז אַ באַליידיקונג צו אונדזערע ייִדישע ברידער און שוועסטער. ווען מע זאָגט ׳אַלטער׳ טעסטאַמענט, גיט עס אָנצוהערן אַז דער טעסטאַמענט, אין וועלכן די ייִדן גלייבן, איז פֿאַרעלטערט און שוין מער ניט גילטיק. אויס דרך-ארץ פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, וויל איך אַז איר זאָלט רופֿן דעם תּנ״ך נאָר דעם העברעיִשן טעסטאַמענט. און היות דער תּנ״ך איז געשריבן געוואָרן תּחילת אויף העברעיִש, און כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד אונדזערע ייִדישע שורשים און די העלדן פֿון דער ביבל, וועל איך אײַך לערנען דעם העברעיִשן אַלף-בית און ווי אַזוי צו לייענען טיילן פֿונעם תּנ״ך אויף העברעיִש.‟ פֿאָטער פּיו האָט פֿאַרענדיקט זײַן רעדע מיט די ווערטער: „ווען איך וואָלט ניט געוואָרן אַ גלח, וואָלט איך מסתּמא געוואָרן אַ רבֿ.‟
איך האָב זייער ליב געהאַט העברעיִש. עס האָט מיך דערנערטערט נאָך מער צו ייִדישקייט און שפּעטער איז עס מיר געקומען צו ניץ ווען איך האָב אָנגעהויבן זיך צו לערנען ייִדיש. צום סוף יאָר האָב איך געוווּנען די פּרעמיע פֿאַרן בעסטן תּלמיד אין העברעיִש. די פּרעמיע איז געווען אַ ווײַסע פֿיגור פֿון משה רבינו מיט די צען געבאָט אויף די הענט — געשריבן, פֿאַרשטייט זיך, אויף העברעיִש.
נאָך דער מיטלשול, האָב איך פֿאַרבראַכט בערך אַ יאָרצענדליק אין דער פֿרעמד — אין בראַזיל, איטאַליע, און שפּאַניע — לענדער אין וועלכע די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז גאַנץ קליין. ווען איך האָב זיך אומגעקערט קיין מעמפֿיס, האָב איך ווידער אָנגעהויבן קלערן וועגן לערנען מער וועגן די ייִדן און דאָס מאָל — זיך אויך צו לערנען ייִדיש. איך האָב געקויפֿט אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך און אַ פּאָר ייִדיש-לערנביכער, און זיך באַמיט זיך צו לערנען ייִדיש אין גאַנצן אַליין. כ׳האָב אַפֿילו אַראָפּגעלאָדן אַ ייִדיש בוך פֿונעם וועבזײַטל פֿונעם ייִדישן ביכער-צענטער: „פֿון ביידע זײַטן געטאָ-מויער‟, געשריבן פֿון וולאַדקע פֿייגעלע פּעלטעל מיענדזיזשעצקין. כּמעט יעדעס וואָרט האָב איך געדאַרפֿט אויסזוכן, און איך האָב ווייניק פֿאַרשטאַנען.
כ׳האָב זיך אויך רעגיסטרירט אויף אַ „יודאַיִזם 101‟ קורס אין אַ שיל, אָבער איך בין נאָר געגאַנגען אַ פּאָר מאָל. ס׳האָט ניט געהאַט קיין זינען ווײַל כ׳האָב בכלל ניט געקענט קיין ייִדן. זײַן אַ ייִד באַדײַט זײַן אַ טייל פֿון אַ קהילה, און איך בין געווען אָן אַ קהילה, אָן אַפֿילו אַ ייִדישן בעקאַנטן.
אין 2013 האָב איך בעשלאָסן זיך איבערצוציִען קיין מיאַמי ביטש, און דאָס האָט ממש געביטן מײַן לעבן. איך האָב ענדלעך געהאַט די געלעגנהייט זיך אויסצולערנען ייִדיש און זיך צו דערנערטערן צו ייִדישקייט. צוויי מענטשן האָבן געהאַט אַ ריזיקע השפּעה אויף מײַן לעבן. דער ערשטער איז געווען גדליה ברײַער, דער פּרעזידענט פֿונעם קלוב „ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד‟. ער איז געווען דער ערשטער מענטש פֿון דער ייִדיש-וועלט מיט וועמען איך האָב זיך באַקענט.
גדליה האָט מיך געפֿרעגט צי איך וויל אַרבעטן מיט אים פֿרײַוויליק אין אַ ייִדישן מושבֿ-זקנים. יעדן ערבֿ-שבת איז ער געפֿאָרן אַהין, וווּ ער, מיט אַ גרופּע איבערגעגעבענע פֿרײַוויליקע, האָבן געפּראַוועט אַ קבלת-שבת. איך האָב מסכּים געווען און ס׳איז געווען אַ וווּנדערלעכע דערפֿאַרונג. מיר זענען געגאַנגען צו צווײ אָפּטיילן אינעם מושבֿ־זקנים, וווּ די מענטשן מיט אַלצהײַמער האָבן געוווינט, און נאָך דעם האָבן מיר געהאַט אַן אַלגעמיינע טרעפֿונג מיט די אַנדערע תּושבֿים פֿונעם מושבֿ-זקנים. דעמאָלט האָב איך טאַקע אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדישע לידער, כּדי זיי צו זינגען יעדן ערבֿ-שבת. מיר האָבן אויך געזונגען לידער אויף העברעיִש, אָבער דאָס וויכטיקסטע פֿאַר מיר איז געווען די שבתדיקע צערעמאָניע: דאָס זינגען שלום-עליכם, מאַכן קידוש, זאָגן המוציא, אאַז׳׳וו. איך האָב געפֿילט דעם טעם פֿון אַן עכטער ייִדישער איבערלעבונג, נאָך איידער איך האָב געהאַט דעם מוט צו גיין אַליין אין שיל.
גדליה האָט מיר געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט ייִדן, זיך צו לערנען וועגן דער ייִדישער רעליגיע, ווי טײַער צו האַלטן און ליב האָבן די ייִדישע שפּראַך, און נאָך וויכטיקער — ער האָט מיר באַוויזן, דורך זײַן אייגענעם בײַשפּיל, אַ טיפּישן און פֿונדאַמענטאַלן שטריך פֿון וואָס עס באַדײַט זײַן אַ ייִד: זאָרגן זיך וועגן אַנדערע מעטנשן און טאָן מיצווות. גדליה האָט מיר אויך געגעבן מײַן ייִדישן נאָמען! ווען איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אים, האָב איך אוודאי גענוצט מײַן גוייִשן נאָמען, מאַריאָ. האָט ער געזאָגט: „דו ביסט נישט קיין מאַריאָ, דו ביסט אַ משהלע!‟ און אַזוי הייס איך ביזן הײַנטיקן טאָג, שטאָלצערהייט — משהלע.
דער צווייטער און וויכטיקסטער מענטש מיט וועמען איך האָב זיך באַקענט איז געווען אַ העברעיִש־פּראָפֿעסאָרקע אינעם מיאַמי־אוניווערסיטעט, העניע הײַדענבערג. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז זי לערנט אַ קורס אין דער „מעלטאָן שול פֿון ייִדישע שטודיעס‟ אויף שפּאַניש וועגן ראש־השנה. לייענענדיק איר ביאָגראַפֿיע האָב איך באַמערקט, אַז זי איז פֿון אַרגענטינע. כ׳האָב געוווּסט, אַז אַ סך אַרגענטינער ייִדן קענען ייִדיש. „ווער ווייסט? אפֿשר זי אויך?‟ האָב איך געטראַכט דעם ערשטן טאָג בין איך אַרײַן אין קלאַס און באַמערקט ווי עס זיצן אַכט עלטערע פֿרויען — אַלע פֿון לאַטײַן-אַמעריקע: ווענעזועלע, קאָלאָמביע, פּערו. איך בין געווען דער איינציקער מאַנצביל און אַ סך ייִנגער פֿון זיי. מיר האָבן זיך אַלע פֿאָרגעשטעלט אויף שפּאַניש, און ווען מײַן ריי איז געקומע האָב איך געזאָגט ווי איך הייס, אַז איך האָב זיך ערשט איבערגעצויגן קיין מיאַמי, אַז איך בין אַ „גרינגאָ‟ און….אַז איך בין אַ גוי. יעדער איז אַנטשוויגן געוואָרן.
„טרײַבסט קאַטאָוועס!‟ האָט איינע אויסגערופֿן. „וואָס מיינסטו, דו ביסט אַ גוי!? וואָס טוסטו דאָ!?‟ איך האָב זיי דערציילט וועגן מײַן אינטערעס צו ייִדישקייט, צו דער חורבן־טעמע און צום ייִדיש־לשון.
דערווײַל איז די לערערקע, העניע, געשטאַנען דאָרט אַ פֿאַרפּלעפֿטע. האָב איך זי געפֿרעגט צי זי רעדט ייִדיש, האָט זי מיט אַ שמייכל געענטפֿערט: „אוודאי, אין בוענאָס־אײַרעס בין איך געווען אַ ייִדיש־לערערקע.‟
אַזוי איז העניע געוואָרן מײַן אייגענע לערערקע. אַנדערטהאַלב יאָר האָט זי מיר געגעבן לעקציעס אין ייִדיש, און אויכעט וועגן דער ייִדישער געשיכטע, ייִדישער ליטעראַטור, און שטענדיק האָט זי מיך געמוטיקט אויסצופֿאָרשן מײַן אינטערעס בנוגע ייִדישקייט.
איך האָב אויך אָנגעהויבן גיין אין שיל. אין דער אמתן, בין איך ניט געווען זיכער אויב איך וויל ווערן אַ ייִד. ווי קען איך ווערן אַ ייִד, ווען איך בין אויפֿגעוואַקסן קאַטויליש און מײַן גאַנץ לעבן האָט מען מיך געלערנט צו גלייבן אין יעזוסן און אין מאַריאַ? אָבער ביסלעכווײַז האָב איך אָנגעהויבן צו האָבן ספֿקות וועגן מײַן גלויבן. ווי וויכטיק איז עס געווען פֿאַר מיר צו גלייבן אין יעזוסן און מאַריאַן, ווען מיר דאַרפֿן יעדנפֿאַלס נאָר גלייבן אין איין איינציקן גאָט? און אויב מיר גלייבן אין איין גאָט, ווי קען גאָט האָבן אַ זון וואָס איז אויכעט גאָט?
איך האָב זיך אַלץ מער אַרײַנגעטיפֿט אין אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות מיט ייִדישקייט. איך האָב אָנגעהויבן גיין אין Temple Israel of Greater Miami — אַ וווּנדערלעכע, זייער פּראָגרעסיווע רעפֿאָרם־שיל, וואָס איז זייער „גיי-פֿרײַנדלעך‟. לכתּחילה האָב איך זיך ניט געפֿילט היימיש דאָרט אָבער איך האָב געהאַלטן אין איין גיין יעדן ערבֿ-שבת און האָב זיך באַקענט מיט מער ייִדן. ענדלעך האָב איך זיך געפֿילט כּאילו איך געהער צו אַ קהילה; כ׳האָב געפֿונען מײַן היים. אַלע מײַנע ספֿקות זענען פֿאַרשוווּנדן און איך האָב געבעטן דעם ראַבינער משה טאָם הײן, אויב ער קען מיך צוגרייטן צום גיור.
אין דעצעמבער — דעם 15טן כּיסלו 5777 — וועל איך אַרײַן אין Temple Israel מיט מײַנע עלטערן, מיט העניען און גדליהן, מיט אַלע מײַנע ייִדישע און נישט-ייִדישע פֿרײַנד, און וועל, סוף־כּל־סוף, ווערן איינער פֿונעם עם-סגולה, אַ מיטגליד פֿונעם שבֿט. פֿאַר מיר וועט עס זײַן דער סוף פֿון אַ לאַנגער נסיעה… אָדער אפֿשר — נאָר דער אָנהייב.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.