די צוגרייטונגען צו די יום־טובֿים האָבן זיך שוין אָנגעהויבן. זונטיק, דעם 18טן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען די טראַציאָנעלע „ראש השנה אויף דער גאַס‟. טויזנטער מענטשן האָבן במשך דעם גאַנצן טאָג באַזוכט צענדליקער קיאָסקן װוּ מען האָט געקענט קויפֿן חפֿצים, מתּנות, מאכלים און אַלץ װאָס עס איז נייטיק צו פֿײַערן און פֿאַרברענגען בעת די יום־טובֿדיקע טעג.
אין דעם „קונסטװינקל‟ האָט מען צוגעגרייט לשנה־טובֿות מיט די קינדער, װאָס האָבן געקענט צעשיקן די אויסגעאַרבעטע װונטשן פֿון אַ ספּעציעלער אָפּטיילונג פֿון דער פּאָסט װאָס האָט פֿונקציאָנירט אויף דער גאַס. בײַם שלוס האָבן זינגערס און קלעזמאָרים דורכגעפֿירט אַ רײַכע פּראָגראַם װאָס האָט פֿאַרװײַלט דעם עולם ביז שפּעט בײַ נאַכט.
אין די טעג צװישן 15טן און דעם 26סטן סעפּטעמבער האָט מען אָרגאַניזירט אין אַ צענדליק אינסטיטוציעס אַן אַקציע אַז אַלע היימען זאָלן האָבן אויף יום־טובֿ קײַלעכדיקע חלות און האָניק־לעקעך. הונדערטער ייִדן האָבן פֿאַרקנעט און געבאַקן פֿאַר זיך און פֿאַר אָרעמע משפּחות. באַרימטע קוכערס האָבן געלערנט דעם עולם װי דאָס צו טאָן. די אויסגעאַרבעטע מאכלים זײַנען צעשיקט געװאָרן דורך דער קהילה, און מיט די הכנסות האָט מען געקויפֿט פּראָדוקטן װאָס זײַנען נייטיק פֿאַר דער שׂמחה און פֿאַרטיילט צװישן אָרעמעלײַט.
מיטװאָך, דעם 28סטן סעפּטעמבער האָט דער „סידיקסעף‟, דער צענטער פֿאַר דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער ספֿרדישער קולטור, פּרעזענטירט דעם 22סטן באַנד פֿון זייער אויסגאַבע „ספֿרדיקאַ‟. דער באַנד פֿון איבער 500 זײַטן נעמט־אַרײַן די רעדעס און פֿאָרשונגען װאָס זײַנען פּרעזענטירט געװאָרן אויף דעם קאָנגרעס װאָס איז פֿאָרגעקומען אין אויגוסט 2015 אינעם „מײַמאָנידעס־אוניװערסיטעט‟.
דער פֿאָרזיצער פֿון „סידיקסעף‟ האָט דערעפֿנט דעם אָװנט און עס האָבן רעפֿערירט װעגן דעם בוך דער פֿילאָסאָף סאַנטיאַגאָ קאָװאַדלאָף, װאָס האָט גערעדט װעגן די ספֿרדישע פֿילאָסאָפֿן, דער שרײַבער מאַרקאָס אַגיניס װאָס האָט אַ סך געשריבן װעגן די אַנוסים אין לאַטײַן־אַמעריקע האָט דערמאָנט זייער השפּעה אין בוענאָס־אײַרעס פֿון 18טן יאָרהונדערט. דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ האָט גערעדט װעגן אשכּנזים און ספֿרדים אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין אַרגענטינע. דאָס בוך איז ביז־גאָר װיכטיק פֿאַר פֿאָרשערס װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער טעמע, און דער ברייטער עולם װעט זיכער זיך דערװיסן פֿון זייער אינטערעסאַנטע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע.
דינסטיק, דעם 20סטן סעפּטעמבער האָט זיך אָנגעהויבן אין אַרגענטינער ייִװאָ דער קורס „אשכּנז‟. דעם סעמעסטער װעלן די לעקציעס װאָס דער דירעקטאָר פֿון דער אינסטיטוציע װעט האַלטן יעדע װאָך ביז סוף יאָר זײַן געװידמעט די יִידישע שאַפֿונגען: ביכער, צײַטונגען, פּערזענלעכקייטן, באַװעגונגען און מנהגים װאָס האָבן אויסגעפֿורעמט די אַשכּנזישע ציװיליזאַציע.
דער „אוניװערסיטעטישער צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ האָט מאָנטיק, דעם 26סטן סעפּטעמבער אויפֿגענומען דעם פּראָפֿ׳ גדעון באָהאַק, פֿון תּל־אבֿיבֿער אוניװערסיטעט. ער איז אַ ספּעציאַליזט אין דעם ייִדישן כּישוף, מיסטיציזם און אין די כּתבֿ־ידן פֿון דער גניזה אין קאַהיר. אין זײַן לעקציע, „די מאַגישע ייִדישע טראַדיציע פֿון בראשית ביז דעם 21סטן יאָרהונדערט‟ האָט ער אויך באַהאַנדלט אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן אין מזרח־אייראָפּע און ציטירט באריכות די עקספּעדיציע װאָס ש. אַנ־סקי האָט אונטערגענומען. קמעיות, באַבסקער רפֿואות, אָפּשפּרעכן, מאכלים װאָס קענען פֿאַררעכנט װערן װי מיסטישע און פֿאָלקס־מעשׂיות האָבן אַנטפּלעקט אַ נײַע װעלט פֿאַר פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.