יוסף חרמץ, פֿירער פֿון נקמה־אַקציעס קעגן נאַציס, שטאַרבט צו 91 יאָר

Joseph Harmatz, leader of Jewish ‘Avengers’ of Nazis, dies at 91

יוסף חרמץ
יוסף חרמץ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 29, 2016, issue of September 30, 2016.

יוסף חרמץ, אַ פֿירער פֿון אַ באַרימטער גרופּע ייִדן, וואָס האָט געצילעוועט זיך נוקם צו זײַן אין די דײַטשן נאָך דער מלחמה, איז לעצטנס ניפֿטר געוואָרן אין ישׂראל. חרמץ, איינער פֿון די לעצטע פֿאַרבליבענע פֿון דער קעמפֿערישער גרופּע „נקם“, איז געווען 91 יאָר אַלט און האָט געלעבט אין תּל־אָבֿיבֿ.

„נקם“ איז נאָך דער מלחמה איניציִיִרט געוואָרן פֿונעם ישׂראלישן פּאָעט אַבע קאָוונער, וואָס ער איז דעמאָלט נאָך געווען אַן אַקטיוויסט אין דער ציוניסטישער באַוועגונג „השומר הצעיר“. אַרום פֿופֿציק חורבן־געליטענע האָבן זיך באַטייליקט אין „נקם“, וואָס האָט אין 1946, אין אַן אַמעריקאַנער לאַגער פֿאַר ‎נאַצישע קריגס־געפֿאַנגענע, פֿאַרסמט „עס־עס״־לײַט מיט אַרשעניק וואָס זיי האָבן געקריגן פֿון פּאַריז. כאָטש 2,200 נאַצישע אָפֿיצירן זענען קראַנק געוואָרן איז קיינער, אויף וויפֿל מע ווייסט, דערפֿון נישט אומגעקומען. זיי האָבן אויך פּלאַנירט אַקציעס אין אַנדערע לאַגערן פֿון אַרעסטירטע דײַטשע סאָלדאַטן — אַרײַנגערעכנט נירנבערג און דאַכאַו — אָבער ס׳איז זיי נישט געלונגען.

חרמץ, אַ געבוירענער אין דער ליטע, האָט נאָך דער מלחמה — שוין אין פּאַלעסטינע — פֿירגעלייגט ייִדישע פֿירערס אַז מע זאָל הרגענען אַזוי פֿיל דײַטשן ווי יענע האָבן בשעתן חורבן דערהרגעט ייִדן. די מלוכישע פֿירערס ווי, למשל, דוד בן־גוריון, זענען געווען שאָקירט. נאָר די „נוקמים“ — וואָס ס׳רובֿ פֿון דער משפּחה זענען בײַ זיי אומגעקומען — האָבן פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס מע טאָר זיך נישט אָפּרעכענען.

נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט חרמץ געאַרבעט פֿאַרן סוכנות (די ייִדישע אַגענטור) און געדינט ווי דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער פֿאַכבילדונג־אינסטיטוציע, „אָרט“.