יוסף חרמץ, אַ פֿירער פֿון אַ באַרימטער גרופּע ייִדן, וואָס האָט געצילעוועט זיך נוקם צו זײַן אין די דײַטשן נאָך דער מלחמה, איז לעצטנס ניפֿטר געוואָרן אין ישׂראל. חרמץ, איינער פֿון די לעצטע פֿאַרבליבענע פֿון דער קעמפֿערישער גרופּע „נקם“, איז געווען 91 יאָר אַלט און האָט געלעבט אין תּל־אָבֿיבֿ.
„נקם“ איז נאָך דער מלחמה איניציִיִרט געוואָרן פֿונעם ישׂראלישן פּאָעט אַבע קאָוונער, וואָס ער איז דעמאָלט נאָך געווען אַן אַקטיוויסט אין דער ציוניסטישער באַוועגונג „השומר הצעיר“. אַרום פֿופֿציק חורבן־געליטענע האָבן זיך באַטייליקט אין „נקם“, וואָס האָט אין 1946, אין אַן אַמעריקאַנער לאַגער פֿאַר נאַצישע קריגס־געפֿאַנגענע, פֿאַרסמט „עס־עס״־לײַט מיט אַרשעניק וואָס זיי האָבן געקריגן פֿון פּאַריז. כאָטש 2,200 נאַצישע אָפֿיצירן זענען קראַנק געוואָרן איז קיינער, אויף וויפֿל מע ווייסט, דערפֿון נישט אומגעקומען. זיי האָבן אויך פּלאַנירט אַקציעס אין אַנדערע לאַגערן פֿון אַרעסטירטע דײַטשע סאָלדאַטן — אַרײַנגערעכנט נירנבערג און דאַכאַו — אָבער ס׳איז זיי נישט געלונגען.
חרמץ, אַ געבוירענער אין דער ליטע, האָט נאָך דער מלחמה — שוין אין פּאַלעסטינע — פֿירגעלייגט ייִדישע פֿירערס אַז מע זאָל הרגענען אַזוי פֿיל דײַטשן ווי יענע האָבן בשעתן חורבן דערהרגעט ייִדן. די מלוכישע פֿירערס ווי, למשל, דוד בן־גוריון, זענען געווען שאָקירט. נאָר די „נוקמים“ — וואָס ס׳רובֿ פֿון דער משפּחה זענען בײַ זיי אומגעקומען — האָבן פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס מע טאָר זיך נישט אָפּרעכענען.
נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט חרמץ געאַרבעט פֿאַרן סוכנות (די ייִדישע אַגענטור) און געדינט ווי דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער פֿאַכבילדונג־אינסטיטוציע, „אָרט“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.