ווײַסע סופּרעמאַטיע אין דער הײַנטיקער אַמעריקע

White Supremacy in Present Day America


פֿון עדי מהלאל

Published September 30, 2016, issue of October 26, 2016.

איין בולטע דערשײַנונג, וואָס איז געקומען מיטן אויפֿשטײַג פֿון דאָנאַלד טראַמפּ ווי אַ פּרעזידענט־קאַנדידאַט, איז דער גלײַכצײַטיקער אויפֿשטײַג פֿון די אַזוי גערופֿענע „ווײַסע סופּרעמאַטיע‟ גרופּעס.

די ווײַסע נאַציאָנאַלע גרופּעס אַין אַמעריקע, האָבן קיינמאָל נישט אָנגענומען דעם שוואַרצן פּרעזידענט אַבאַמאַ ווי אַ לעגיטימער פֿירער. זיי האָבן אין משך פֿון זײַנע יאָרן אינעם ווײַסן הויז שטענדיק פּראַפּאַגאַנדירט בײַ דעם ווײַסן אַרבעטער־קלאַס — וואָס לײַדט דורכויס פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס (וואָס ער אַליין האָט נישט געשאַפֿן) — אַז אַלע זײַנע צרות שטאַמען פֿון ראַסיסטישע סיבות און נישט עקאָנאָמישע.

טראַמפּ, אַ פּאָפּוליסט אַין אַלע רמ”ח אַבֿרים, רײַט איצטער אויף אָט דער רעאַקציאָנערער כוואַליע, און ער טוט אַלץ מעגלעך נישט אָפּצופֿרעמדן די ווײַסע נאַציאָנאַליסטן פֿון זײַן פּאָליטישן לאַגער. עס הייבט זיך אָן מיט זײַן נײַעם עצה־געבער, סטעפֿען באַנאָן, וואָס איז ציטירט געוואָרן זאָגנדיק אַז ער וויל נישט, אַז זײַנע קינדער זאָלן גיין אין שול מיט ייִדן, אַנישט וועלן זײַנע קינדער אויסוואַקסן ווי „פּישטשענדיקע ייִדישע מפֿונקים‟. די פּראָגראַם „דעמאָקראַטיע איצט‟ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן האָבן לעצטנס געגעבן אַ באַריכט וועגן באַנאָנס נאָענטע באַציִונגען מיט די ווײַסע נאַציאָנאַליסטן און דער אַזוי גערופֿענער „אַלט רעכטס‟ אידעאָלאָגיע.

די „אַלט רעכטס‟ (Alt Right) איז אַן עקסטרעם רעכטע אידעאָלאָגיע, וואָס זעט זיך ווי אַן אַלטערנאַטיווע צום אַמעריקאַנער קאָנסערוואַטיזם. זי שטעלט זיך שטאַרק קעגן אימיגראַציע, זי איז אַנטי־מוסולמעניש, אַנטי־גלאָבאַליזירונג, און איז אין תּוך אַ ווײַסע ראַסיסטישע אידעאָלאָגיע. דאָס וואָס פֿאַרבינדט צום מערסטנס אירע כּלערליי פֿראַקציעס איז זייער שטיצע פֿאַר טראַמפּ. אַ טייל פֿון די פֿראַקציעס זענען בפֿירוש אַנטיסעמיטיש, און אַ טייל — נישט. דזשאַרעד טיילאָר, למשל, אַן אינטעלעקטועל פֿון „אַלט רעכטס‟, זאָגט אַז „זיי [די ייִדן] זעען אויס ווי ווײַסע אין מײַנע אויגן‟.

נאָך אַ משל פֿון טראַמפּס אָפּאָרטוניזם איז געשען בשעת אַן אַינטערוויו בײַם „סי־ען־ען‟, וווּ דער אינטערוויויִרער האָט אים געפֿרעגט וועגן דער שטיצע וואָס ער האָט באַקומען פֿון דייוויד דיוק. „איך קען אים נישט,‟ האָט טראַמפּ זיך אײַנגעשפּאַרט, און ער איז נישט געווען גרייט אים צו פֿאַרדאַמען און זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן שטיצע. דער פֿאַקט אַז טראַמפּ האָט געזאָגט אַ ליגן איז איין זאַך, און עס זענען געונג דערווײַזונגען דאָס צו באַשטעטיקן. אָבער נישט ווייניקער וויכטיק איז צו באַשטעטיקן ווער איז דער דאָזיקער דיוק, אַון פֿאַר וואָס שטיצט ער טראַמפּן בכלל?

דייוויד דיוק איז אַ ראַסיסטישער פּאָליטיקער פֿון לויִזיאַנע, מיט אַן עבֿר אין דער נאַצי־פּאַרטיי, און אין דעם „קו־קלאַקס־קלאַן‟. דאָרט, אין די 1970ער יאָרן, האָט ער געדינט ווי אַ „גרויסער מכשף‟. אין די לעצטע יאָרצענדליקער האָט ער זיך כּלומרשט אָפּגעזאָגט פֿון זײַנע KKK־יאָרן, און פּראָבירט שוין אַ פּאָר מאָל, אָבער אָן הצלחה, צו לויפֿן פֿאַר הויכע פּאָליטישע אַמטן. דורך זײַן יו־טוב קאַנאַל פֿאַרשפּרייט ער כּסדר אַנטיסעמיטישע טעאָריעס, נוסח „די פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון‟. דער דאָזיקער דיוק האָט דערמוטיקט זײַנע חסידים צו שטיצן טראַמפּ, ווײַל „שטימענדיק קעגן טראַמפּ איז איצט באמת אַ בגידה צו אײַער [ווײַסער] ירושה‟.

טראַמפּ האָט דערצו, כּלומרשט על־פּי־טעות, מיט אַ פּאָר חדשים צוריק פֿאַרבעטן אַ ווײַסן נאַציאָנאַלן דעלעגאַט פֿון קאַליפֿאָרניע, אויף דער רעפּובליקאַנער־פּאַרטיי פֿאַרזאַמלונג. מע קען ברענגען נאָך בײַשפּילן פֿון דעם סאָרט. אָבער די גרעסטע בושה ליגט אין דעם, אַז נישט געקוקט אויף זײַן ראַסיסטישער, קסענאָפֿאָבישער און סעקסיסטישער רעטאָריק, באַקומט טראַמפּ אפֿשר די העכסטע אַפּלאָדיסמענטן סײַ בײַ די פּראָ־ישׂראל ייִדן, סײַ בײַ די עוואַנגעליסטן, וואָס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער לעצטער יערלעכער „אייפּאַק‟־קאָנפֿערענץ. געוויסע מענטשן האַלטן די ציוניסטישע עוואַנגעליסטן פֿאַר אַנטיסעמיטיש־געשטימט ווײַל זיי שטיצן ישׂראל ווי אַ טייל פֿון זייער טעאָלאָגיע, וואָס באַטאָנט, אַז בלויז נאָך דעם ווי ישׂראל מאַכט דורך אַ קאַטאַסטראָפֿע, וועט זייער אויסלייזער, ישו הנוצרי, זיך קענען אומקערן.

ווײַסע נאַציאָנליסטן פּראָבירן איבערצונעמען אַ קליין שטעטעלע אין צפֿון־דאַקאָטע, פֿון Welcome to Leith
ווײַסע נאַציאָנליסטן פּראָבירן איבערצונעמען אַ קליין שטעטעלע אין צפֿון־דאַקאָטע, פֿון Welcome to Leith

וויכטיק אין דעם פֿאַל איז צו זען דעם דאָקומענטאַר „זײַט באַגריסט, דאָ אין ליט‟ (Welcome to Leith) פֿון 2015. ער דערציילט וועגן דעם פּרוּוו פֿון ווײַסע נאַציאָנאַליסטן איבערצונעמען אַ קליין שטעטעלע אין צפֿון־דאַקאָטע. ער ווײַזט ווי די תּושבֿים זענען געוואָרן באַוווּסטזיניק פֿון דער „אינוואַזיע‟, נאָר אַדאַנק דער טעטיקייט פֿונעם Southern Poverty Law Center, און ווי זיי האָבן אָנגעהויבן קעמפֿן קעגן די ראַסיסטישע אַרײַנדרינגערס. דער צענטער גיט אָן, אַז עס זענען דאָ הײַנט כּמעט 900 האַסע-גרופּעס אין אַמעריקע, מיט טויזנטער אָדער אפֿשר אַפֿילו הונדערטער טויזנטער מיטגלידער. זינט דעם 11טן סעפּטעמבער 2001, האָט די מלוכה אויפֿגעהערט צו לייגן אַן אַכט אויף אָט די גרופּעס, כּדי צו פֿאָקוסירן זיך אויפֿן מוסולמענישן עקסטרעמיזם. אָבער ס’איז שוין געקומען די צײַט אַז דער מצבֿ זאָל געענדערט ווערן, ווײַל קיינער וויל זיך נישט אויפֿוועקן בלויז ווען ס’איז שוין „פֿרילינגצײַט פֿאַר היטלער און אַמעריקע‟…