די אײַנוווינער פֿונעם שטעטל ווישנעווע, וווּ שמעון פּערעס איז געבוירן געוואָרן אין 1923, האָבן די וואָך זיך פֿאַרזאַמלט בײַם הויז וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן אָפּצוגעבן כּבֿוד זייער בן־עיר.
די אײַנוווינער פֿון ווישנעווע, הײַנט אַ קליין דערפֿעלע אין ווײַסרוסלאַנד, האָבן זיך דערוווּסט וועגן פּערעס׳ פּטירה פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע „לימוד‟, וואָס האָט דאָרט אָרגאַניזירט אַ צערעמאָניע לכּבֿוד פּערעס׳ 90סטן געבוירן־טאָג מיט דרײַ יאָר צוריק.
„אונדזער דאָרף שעפּט נחת פֿון שמעון פּערעס׳ לעבן און אויפֿטוען,‟ האָט דערקלערט דער אײַנוווינער אָלעג דעמידטשיק. „מיר האַלטן, אַז ס׳איז אונדזער חובֿ אים אָפּצוגעבן כּבֿוד נאָך זײַן טויט.‟
ווי אַ טייל פֿון דער „לימוד‟־פּראָגראַם לכּבֿוד פּערעס׳ 90סטן געבוירן־טאָג האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ שילד אויף זײַן געוועזענעם הויז. עס שטייט: „אינעם דאָזיקן הויז איז דעם 2טן אויגוסט 1923 געבוירן געוואָרן שמעון פּערעס, דער זון פֿון יצחק און שׂרה פּערסקי, אַ נאָבל־לאַוורעאַט און דער נײַנטער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל.‟
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דאָס שטעטל ווישנעווע געהערט צו פּוילן. ערבֿ דער דײַטשישער אינוואַזיע האָבן דאָרטן געוווינט אַרום 2,000 ייִדן, צוויי־דריטל פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. דעם 30טן אויגוסט, 1942 זענען 1,100 ייִדן דערשאָסן געוואָרן אינעם שטעטל דורך די דײַטשן. די ייִדן וועלכע האָבן איבערגעלעבט די שחיטה זענען פֿאַרטריבן געוואָרן אין דער וואָלאָזשינער געטאָ. די פּאָר צענדליק ווישנעווער ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה האָבן אַלע עמיגרירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.