דעם 2טן סעפּטעמבער איז אינעם נײַעם נומער פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל Science Advances („פֿאָרשריט אין וויסנשאַפֿט”) דערשינען אַ קורצער, אָבער גאָר אַן אינטערעסאַנטער פֿאָרשערישער אַרטיקל, וועלכער האָט אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּרוף אין דער פּרעסע.
צוליב די נײַסטע קאָמפּיוטעריזירטע טאָמאָגראַפֿישע טעכנאָלאָגיעס, האָט זיך די פֿאָרשער אײַנגעגעבן איבערצולייענען דעם טעקסט אינעם פֿאַרברענטן תּורה־פֿראַגמענט פֿון עין־גדי, וועלכן די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט אינעם יאָר 1970. ביז הײַנט האָט מען אָבער נישט געוווּסט, וואָס ס׳שטייט געשריבן אינעם דאָזיקן דאָקומענט, ווײַל דער פֿאַרברענטער פּאַרמעט וואָלט זיך אינגאַנצן צעפֿאַלן, אויב עמעצער וואָלט עס געפּרוּווט עפֿענען.
דער פֿראַגמענט איז אַ זכר פֿון אַ שׂריפֿה וואָס איז אויסגעבראָכן אין אַ שיל מיט איבער 1,400 יאָר צוריק, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן נאַטור־פּאַרק עין־גדי, בײַם ברעג פֿונעם ים־המלח צום דרום־מיזרח פֿון ירושלים.
אַנשטאָט אָנצורירן דעם תּורה־פֿראַגמענט, האָבן די וויסנשאַפֿטלער זיך באַנוצט בעצם מיט דער זעלבער רענטגען־טעכנאָלאָגיע, וואָס דערמעגלעכט די דאָקטוירים אַרײַנצוקוקן אינעם מוח און אַנדערע אינערלעכע אבֿרים פֿונעם מענטש, באַקאַנט אויף ענגליש ווי CT scan. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, שטימט דער אַנטדעקטער פֿראַגמענט פּינקטלעך מיטן הײַנטיקן אָנגענומענעם טעקסט פֿונעם חומש. דעם 21סטן סעפּטעמבער האָט דער זשורנאַל National Geographic פֿאַרענפֿטלעכט אַ פּאָפּולערן אַרטיקל וועגן דער דאָזיקער פֿאָרשונג.
עמנואל טובֿ, דער פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אַ באַקאַנטער מומחה אין אוראַלטע תּנ״כישע כּתבֿ־ידן, גלייבט, אַז דער אַנטדעקטער פֿראַגמענט איז דער עלטסטער פֿון דער תּורה, וואָס שטימט פּינקטלעך מיט אונדזערע הײַנטיקע ספֿר־תּורות. לויטן קוילנשטאָף־אַנאַליז, שטאַמט דער פּאַרמעט פֿונעם דריטן אָדער פֿערטן יאָרהונדערט — אַ סך ייִנגער, ווי די באַרימטע מגילות־ים־המלח, אָבער מיט היפּשע 600-700 יאָר עלטער, ווי דער „קאָדעקס פֿון אַלעפּאָ‟ אָדער דער „לענינגראַדער קאָדעקס‟ פֿונעם יאָר 1009, וועלכער בלײַבט דער עלטסטער אָפּגעהיטער עקזעמפּלאַר פֿונעם גאַנצן אָריגינעלן לשון־קודשדיקן תּנ״ך.
ד״ר עדה ירדני, אַ וועלט־באַרימטע קענערין פֿון דער ייִדישער פּאַלעאָגראַפֿיע, גלייבט, אַז לויטן סטיל פֿון די אותיות איז דער אַנטדעקטער טעקסט נאָך עלטער און קאָן אַפֿילו שטאַמען פֿונעם ערשטן אָדער צווייטן יאָרהונדערט. אויב זי איז גערעכט, קאָן זײַן, אַז די אוראַלטע ספֿר־תּורה איז אָנגעשריבן געוואָרן בערך אינעם זעלבן פּעריאָד, ווי די שפּעטסטע טעקסטן צווישן די מגילות־ים־המלח. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז דער אַנטדעקטער פֿראַגמענט פֿילט אויס די „לאָך‟ צווישן די דאָזיקע אוראַלטע מגילות און די מיטל־עלטערלעכע כּתבֿ־ידן פֿון דער קאַיִרער גניזה.
אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט איז פֿאַרשפּרייט דער בוכשטעבלעכער אָפּטײַטש פֿונעם רמב״מס עיקרי־אמונה, לויט וועלכן די תּורה האָט זיך קיינמאָל נישט געביטן אַפֿילו אויף איין אות. אין דער אמתן, איז די מעשׂה מיט אונדזער הייליקסטן ספֿר נישט אַזוי פּשוט. במשך פֿונעם לאַנגן פּעריאָד, פֿונעם 6טן ביזן 10טן יאָרהונדערט, האָבן די בעלי־מסורה געאַרבעט איבער דער סטאַנדאַרטיזאַציע פֿונעם תּורה־טעקסט. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן זיך באַקומען זייער נאָענטע, אָבער פֿאָרט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן. סעדיה גאָון און דער רמב״ם האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף חומשים, וואָס האָבן זיך אונטערגעשיידט איינער פֿונעם צווייטן אין איבער 800 ערטער — על־פּי־רובֿ קליינע אָרטאָגראַפֿישע חילוקים.
דער רמב״ם האָט אַליין במשך פֿון יאָרן געפּרוּווט צו באַשטימען, וועלכע אויסלייג־וואַריאַציעס זענען ריכטיקער. ס׳זעט אויס, אַז ער האָט נישט אָנגענומען זײַנע אייגענע פֿאָרמולירונג פֿון די 13 עיקרים אינגאַנצן כּפּשוטו — לכל־הפּחות, אין דעם פֿאַל.
אַ ריי מאמרי־חז״ל זענען באַגרינדעט אויף אייגנאַרטיקע וואַריאַנטן פֿונעם תּורה־טעקסט, וואָס שטימען נישט מיט אונדזערע הײַנטיקע חומשים. צוליב דעם און אַנדערע סיבות, זענען ווײַט נישט אַלע רבנים מסכּים מיט דער שטרענגער פּאָזיציע פֿונעם רמב״ם. די אייניקע צאָל חילוקים — בלויז אַ טוץ אותיות — וואָס טרעפֿן זיך נאָך אַלץ צווישן די אַשכּנזישע, ספֿרדישע און תּימנער ספֿר־תּורות, ווירקן אָבער נישט אויפֿן אַלגעמיינעם באַדײַט פֿון די ווערטער. דער קאָמאַרנער רבי, יצחק־אײַזיק סאַפֿרין, וועלכער האָט זיך פֿאַרנומען אַ סך מיט די פֿאָרשונגען פֿון די דאָזיקע קליינע חילוקים, האָט באַטאָנט, אַז משה רבינו האָט לכתּחילה געגעבן יעדן ייִדישן שבֿט אַן אייגענעם נוסח פֿון דער תּורה.
צום באַדויערן, זענען אינעם פֿאַרברענטן פֿראַגמענט געבליבן בלויז קנאַפּע 20 צעריסענע פּסוקים, מיט וועלכע עס הייבט זיך אָן דער חומש „ויקרא‟. אין אַ טייל פֿאַלן, זענען פֿון גאַנצע זאַצן געבליבן בלויז עטלעכע אותיות. ס׳איז אָבער גאָר אינטערעסאַנט, אַז די אָפּגעהיטע שטיקעלעך פֿונעם טעקסט שטימען טאַקע אינגאַנצן מיט אונדזער סטאַנדאַרטן חומש, אין פֿאַרגלײַך מיט די מגילות־ים־המלח, וואָס זעען צומאָל אויס גאַנץ אַנדערש. אין אַן אַנדער אַרטיקל, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף די לינגוויסטישע אַספּעקטן, וואָס מע קאָן אַראָפּלאָדן אויף דער וועבזײַט פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, לייגן די פֿאָרשער פֿאָר אַ פֿאָרלויפֿיקן אַנאַליז פֿונעם אַנטדעקטן פֿראַגמענט.
צום גליק, האָט דער סופֿר זיך באַנוצט, ווי עס זעט אויס, מיט אַ בלײַענער טינט. דער קליינער סכום פֿונעם מעטאַל, וואָס פֿאַרטונקלט די רענטגען־שטראַלן, האָט דערמעגלעכט דורכצופֿירן די סקאַנירונג און „פֿאַנאַנדערצוּוויקלען‟ דעם פּאַרמעט אויף אַ ווירטועלן אופֿן דורך אַ ספּעציעלער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם. בלײַענע מכשירים ווערן הײַנט באַנוצט ווי עפֿעקטיווע מיטלען קעגן דער רענטגען־ראַדיאַציע. דער אוראַלטער סופֿר וואָלט זיך, מסתּמא, שטאַרק פֿאַרחידושט, אַז זײַן אויסקלײַב פֿונעם שרײַב־מאַטעריאַל וועט אין דער צוקונפֿט אַזוי שטאַרק צו נוץ קומען.
אינעם ייִדישן שטעטל, וווּ די אוראַלטע שיל איז געשטאַנען, אינעם יאָר 600, האָבן די תּושבֿים פּראָדוצירט דעם שמן־אַפֿרסמון — דעם אוניקאַלן טײַערן באַלזאַם, צוגעגרייט פֿון אַן אָרטיק געוויקס לויט אַ געהיימען רעצעפּט. די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז דער ביזאַנטישער אימפּעראַטאָר יוסטיניאַן, ווי אַ טייל פֿון זײַנע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, האָט באַשלאָסן צו פֿאַרברענען די שטאָט.
בעת די אויסגראָבונגען אין דער איצט רעסטאַוורירטער אוראַלטער שיל פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, האָבן די אַרכעאָלאָגן אַנטדעקט דעם פֿאַרברענטן פּאַרמעט־פֿראַגמענט. אין פֿאַרגלײַך פֿון די תּורה־ווערטער, וואָס שטימען מיט אונדזער הײַנטיקער מסורה, זעט דער בנין אויס אומגעוויינטלעך פֿאַרן הײַנטיקן דאַוונער. די מאָזאַיִק מיט אַ האַקנקרייץ איז אין יענער תּקופֿה געווען פֿאַר ייִדן, אַזוי ווי אין אינדיע, אַ סימן־ברכה. דאָס געמעל מיט פֿיר פּאָרן פּאַוועס אין די ווינקלען, און פֿיר גענדז אינעם צענטער, האָט אויך געדינט, ווי עס זעט אויס, ווי אַ מיסטישער סימבאָל. דאָס געמעל איז אויך באַצירט מיט אַן אַכט־עקיקן שטערן, וואָס דערמאָנט אין די מוסולמענישע אָרנאַמענטן.
די וויסנשאַפֿטלער האָפֿן, אַז די סקאַניר־טעכנאָלאָגיע וועט דערמעגלעכן איבערצולייענען אַ גאַנצע ריי אַנדערע דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט די, וואָס זענען פֿאַרברענט געוואָרן נאָכן קאַטאַסטראָפֿישן אויפֿרײַס פֿונעם וווּלקאַן וועזוּוויוס, ווען די רוימישע שטאָט פּאָמפּייע, צוזאַמען מיט דער אַרומיקער געגנט, איז באַגראָבן געוואָרן אונטערן הייסן אַש אינעם יאָר 79. אינעם יאָר 2006 האָט די רענטגען־טאָמאָגראַפֿיע געהאָלפֿן צו אַנטפּלעקן די סודות פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם „אַנאַטיקערע־מעכאַניזם‟. די מיסטעריעזע מאַשין, געשאַפֿן דורך אוראַלטע גריכן מיט 2,200 יאָר צוריק, איז געלעגן אויפֿן דנאָ פֿון מיטל־לענדישן ים און איז געוואָרן אַזוי פֿאַרזשאַווערט, אַז בעת וועלכער־ניט־איז פֿיזישער אָפּעראַציע וואָלט זי זיך אינגאַנצן צעפֿאַלן. די טאָמאָגראַפֿיע האָט געוויזן, אַז דער קאָמפּליצירטער מעכאַניזם, געמאַכט מיט אַ גרויסער חכמה, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ קאַלקולאַטאָר פֿאַר אַסטראָנאָמישע און אַסטראָלאָגישע חשבונות. די מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אינעם תּוך פֿון אוראַלטע אַרטעפֿאַקטן, נישט ברענגענדיק זיי קיין פֿיזישן היזק, קאָן אַנטפּלעקן נאָך אַ סך היסטאָרישע סודות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.