די וואָך האָט אַ 90־יעריקע ייִדישע פֿרוי אין ניו־יאָרק באַוויזן וואָס זי קען…
דזשינאַ צוקערמאַן, אַ חורבן־געליטענע פֿון פּוילן וואָס לעבט שוין זעכציק יאָר לאַנג אין מאַנהעטן, איז געגאַנגען אויף דער גאַס, שטופּנדיק איר אײַנקויף־וועגעלע, אויפֿן וועג צום צענטער פֿאַר עלטערע לײַט, וווּ זי אַרבעט ווי אַ וואָלונטיר. פּלוצלינג, אויפֿן ראָג פֿון דער פֿיפֿטער עוועניו און עלפֿטער גאַס, איז אַ צווייטע פֿרוי אָנגעפֿאַלן אויף איר און געפּרוּווט בײַ איר אַרויסרײַסן דעם טאַש.
פֿרוי צוקערמאַן האָט זיך אָבער נישט געלאָזט, און די פֿרעמדע פֿרוי האָט אַרײַנגעגראָבן מיט די נעגל טיף אין פֿרוי צוקערמאַנס הויט און זי אַראָפּגעוואָרפֿן אויף דער ערד. גלײַכצײַטיק האָט די באַפֿאַלערין געפּרוּווט איבערצײַגן די פֿאַרבײַגייערס, אַז די אַלטיטשקע פֿאַלט אָפֿט און אַז זי איז איר שוועסטער־געהילף.
פֿרוי צוקערמאַן האָט אָבער צוריקגעקעמפֿט און דער טאַש — מיט די בידנע 10 דאָלאַר וואָס זענען געלעגן דערין — איז ווײַטער געבליבן בײַ איר.
„איך האָב נישט דערלאָזט זי זאָל עס בײַ מיר צוגנבֿענען,‟ האָט זי שפּעטער געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „ניו־יאָרק פּאָסט‟. „איך האָב זיך געשלאָגן מיט איר, און איך בין דווקא שטאַרקער פֿון איר. קיין פֿרוי זאָל זיך נישט דערוועגן מיך צו באַפֿאַלן!‟
זי האָט צוגעגעבן, אַז ווען זי וואָלט געוווּסט, אַז יענע פֿרוי נייטיקט זיך שטאַרק אין געלט, וואָלט זי איר גערן געשאָנקען פֿינעף דאָלאַר. ווי עס איז, איז יענע אַנטלאָפֿן און צוקערמאַנען האָט מען געדאַרפֿט צונייען די הויט מיט פֿינעף נעט און איר אײַנשפּריצן קעגן טעטאַנוס.
קיין גרינג לעבן האָט פֿרוי צוקערמאַן נישט געהאַט. נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן באַפֿאַלן פּוילן אין 1939 האָט זי פֿאַרבראַכט זעקס יאָר אין אַ דײַטשן אַרבעט־לאַגער. זי וווינט שוין 60 יאָר אין ניו־יאָרק און געפֿינט זיך איצט אין אַ סטודיאָ אין טשעלסי. 28 יאָר לאַנג האָט זי געאַרבעט ווי אַן אַסיסטענטקע אין דער רעקלאַמע־אינדוסטריע.
נישט־געקוקט אויף דעם וואָס פֿרוי צוקערמאַן האָט אַ שוואַך האַרץ און טראָגט דעריבער אַ האַרץ־רעגולירער, האָט זי בעת דעם אַטאַק נישט געחלשט. אַז מע האָט זי געפֿרעגט פֿון וואַנעט נעמט זי אַזוינע כּוחות, האָט זי עס צוגעשריבן די טענץ און גימנאַסטיק וואָס זי פֿלעג יונגערהייט מאַכן יעדן טאָג.
„איך בין בטבֿע אַ קעמפֿערין,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.