מסתּמא האָט איר געזען אַלעקסאַנדער פֿאָרדס פֿילם „מיר קומען אָן‟. דער פֿילם קען באַצייכנט ווערן ווי א דאָקו-דראַמע.
די הויפּטהעלדן פֿונעם פֿילם זענען דרײַ אָרעמע ייִדישע קינדער, וואָס פֿאַרברענגען דרײַ חדשים אין דער מעדעם־סאַנאַטאָריע. דער סיפּור-המעשׂה איז אַן אויסגעטראַכטער, אָבער די ייִדיש־רעדנדיקע קינדער-רעפּובליק אין דער מעדעם־סאַנאַטאָריע נישט ווײַט פֿון וואַרשע האָט טאַקע עקזיסטירט במשך פֿון גאַנצע 26 יאָר ביז 1942 ווען די קינדער אין איינעם מיט די פּעדאַגאָגן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין טרעבלינקע.
די סאַנאַטאָריע אין נאָמען פֿונעם בונדישן מנהיג וולאַדימיר מעדעם האָט געשטרעבט צו פֿאַרשפּרייטן די אידעאַלן פֿון סאָציאַלער גערעכטיקײט און די צענטראַלקײט פֿון דער ייִדישער קולטור צווישן קינדער און יונגוואַרג. די סאַנאַטאָריע האָט געשטרעבט צו פֿאַרבעסערן דעם פֿיזישן און פּסיכישן געזונט פֿון ייִדישע קינדער, צווישן זיי — טובערקולאָז־געליטענע.
דער סאַמע בנין פֿון דער סאַנאַטאָריע — לויט דעם הײַנטיקן אַדרעס אויף דער לאָקאַלנאַ גאַס 51 אין פֿאַלעניצע — איז אין גאַנצן חרובֿ געוואָרן.
דאָס שטעטל פֿאַלעניצע האָט לעצטנס באַערט די דערמאָרדעטע ייִדישע קינדער און זייערע דערציִערס מיט אַן אָנדענק־טאָוול, טאַקע אויף לאָקאַלנאַ גאַס נומער 51.
סע טרעפֿט זיך אַז נישט ווײַט פֿונעם אָרט געפֿינט זיך הײַנט אַ פאָלקסשול. דער שולכאָר האָט אָנטייל גענומען אין דער אָנדענק־אַקאַדעמיע פֿאַר די מעדעם־קינדער.
ישׂראל גבאי איז א שטראַלנדיקער חסיד וואָס שטייט בראש „אגודת אהלי צדיקים‟.
דער ענערגישער חסיד פֿאָרט איבער דער גאַנצער וועלט כּדי צו ראַטעווען קבֿרים פֿון גוטע ייִדן — פֿון סיביר ביז פּוילן.
זײַן אַרבעט איז זייער אַ חשובֿע, ווײַל נישט אַלע חסידישע דינאַסטיעס האָבן אַ המשך. במילא איז נישטאָ קיינער וואָס זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט קבֿרים פֿון צדיקים וואָס זייערע חסידים זענען אַלע דערמאָרדעט געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה.
אויב איך האָב נישט קיין טעות, איז די פּשעדבוזש־דינאַסטיע איינע פֿון זיי.
אין פּשעדבוזש, נישט ווײַט פון ראַדאָם, האָבן די ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה באַטראָפֿן זעכציק פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. דאָס שטעטל האָט געהאַט דעמאָלט 5,800 תּושבֿים, 4,500 פֿון זיי — ייִדן. די מלחמה האָבן איבערגעלעבט בלויז 9 ייִדן. די לעבן געבליבענע זענען דערמאָרדעט געוואָרן פֿון פּוילישע נאַציאָנאַליסטן. דאָס איז געווען דער סוף פֿון דער פּשעדבוזשער קהילה.
דער בית־עולם איז אין גאַנצן חרובֿ געוואָרן פֿון די דײַטשן. די מצבֿות האָבן סײַ די דײַטשן סײַ די פּוילישע אײַנוווינערס באַנוצט ווי בוי־מאַטעריאַלן.
ישׂראל גבאי האָט געשטעלט אַ נײַעם אוהל פֿאר די קבֿרים פֿון די פּשעדבוזשער צדיקים, צווישן זיי — ר’ ישעיה וועלטפֿריד.
אין איינעם מיט אַ פּוילישן פֿילאָסעמיט, דאַריוש דעקערט, האָט ער אויך געצוימט דעם שטח פֿונעם בית-עולם. דעקערט איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער פֿון העברעיִש אויף פּויליש.
די שטאָט קאָראָנאָוואַ האָט אַ מאָל געהייסן קראָנע. קראָנע אויף דײַטש מיינט קרוין.
איינער פון די שענסטע בנינים אין קאָראָנאָוואַ איז די שיל, געבויט אין יאָר 1856 ווען די שטאָט איז נאָך געווען אַ טייל פֿון פּרײַסן. פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַ סך ייִדן עמיגרירט פון קאָראָנאָוואַ און די שוין קלענערע קהילה האָט נישט געהאַט גענוג מיטלען אויסצוהאַלטן דעם גרויסן בנין. די קהילה האָט דעמאָלט פֿאַרקויפֿט דעם בנין און ס’איז געוואָרן דערפֿון אַ ספּאָרטצענטער.
די שטאָט קאָראָנאָוואַ האָט אינוועסטירט כּמעט צוויי מיליאָן זלאָטעס אויפֿן רעמאָנט פֿון דער גרויסער שיל. דער בנין וועט דינען ווי אַ קולטור־צענטער. ער וועט טראָגן אַ פּאַסיקן נאָמען, „סינאַגאָגאַ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.