ווי קלינגט עס אויף ייִדיש?

How Does It Sound in Yiddish?

Yehuda Blum

פֿון דניאל גלאַי

Published October 06, 2016, issue of October 26, 2016.

„ער רעדט ייִדיש ווי אַ גוי!‟ אַזוי הערט מען אָפֿט, ווען עמעצער דריקט זיך אויס אויף ייִדיש, נאָר ס’האָט נישט קיין ייִדישן טעם. 

די כּוונה איז ניט אַז עס פֿעלט דעם ייִדיש־רעדער אַ געוויס וואָרט, אָדער עפּעס שטימט ניט גראַמאַטיש. עס רעדט זיך וועגן אַן אַלגעמיין געפֿיל, אַז עפּעס איז קינסטלעך אין אָט דעם נעבעכדיקן ייִדיש-רעדער. יענער פֿאַרשטייט בכלל ניט וואָס וויל מען פֿון אים און קיינער קאָן עס אים ניט אויפֿקלערן. אין דער העברעיִשער פּרעסע און אויך אין פֿאַרשיידענע געלעגנהייטן אין ישׂראל זאָגט מען „אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער‟. נאָר פֿאַר וואָס נעמט זיך קיינער ניט די טרחה צו אַנאַליזירן און פֿאַרשטיין אָט דעם פֿענאָמען? צי איז עס אין גאַנצן אַ סוביעקטיווער ענין, אָדער איז אפֿשר טאַקע פֿאַראַן אין ייִדישן קלאַנג עפּעס אייגנאַרטיק, וואָס מ’קאָן כאָטש טיילווײַז אויפֿקלערן?

אין די אָנהײב 1980ער יאָרן, נאָכן אומקערן זיך קיין ישׂראל פֿון מײַנע לימודים אין שיקאַגער אוניװערסיטעט, האָב איך אָנגעהױבן צו אַנטװיקלען אַ קולטור־געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקײט אַרום ייִדיש, בעיקר צװישן סאַברעס אין מײַן עלטער. דאָס רעאַקטיװירן מײַן ייִדיש אין אַן ענגן קאָנטאַקט מיט העברעיִש האָט מיך געמוטיקט צו אַנטװיקלען אַ כּסדרדיקע פֿאַרגלײַך־פֿאָרשונג, אויפֿן געביט פֿון אינטאָנאַציע, צװישן די־אָ צװײ נאָענטע שפּראַכן: ייִדיש און העברעיִש. 

על רגל אחת איז מײַן אויספֿיר, אַז דער באַטאָנטער קלאַנג (דער טראַף אָדער װאָרט) אינעם ייִדישן גערעדטן זאַץ פֿאַלט תּמיד אױס אינעם נידעריקסטן טאָן דאַקעגן אַנדערע מערבֿ־שפּראַכן װי ענגליש, שפּאַניש, איטאַליעניש, פֿראַנצױזיש, װוּ דער באַטאָנטער קלאַנג פֿאַלט אױס אױפֿן העכסטן טאָן פֿונעם זאַץ. 

אַ פּאָר בײַשפּילן: מיר זאָגן אין ייִדיש „אַ שײן הױז‟. דער באַטאָנטער אַדיעקטיװ װערט אַרױסגערעדט אױפֿן נידעריקסטן טאָן פֿון אָט דער באַהױפּטונג. נעמט די װערבן אין ייִדיש, אין די דרײַ הױפּטצײַטן — פֿאַרגאַנגענע, איצטיקע און צוקונפֿטיקע. למשל: איך פֿאַרקױף, איך האָב פֿאַרקױפֿט, איך װעל פֿאַרקױפֿן. דער באַטאָנטער טראַף אויף ייִדיש איז תּמיד אין דעם נידעריקסטן טאָן. און װאָס העכער מיר שטײַגן, פֿון אײנפֿאַכערע צו מער קאָמפּליצירטע זאַצן, װעט אָט די־אָ דערשײַנונג זיך איבערחזרן װידער און װידער אַ מאָל. דאָס באַטאָנטע װאָרט (אָדער טראַף פֿונעם װאָרט), דער קלימאַקס פֿונעם זאַץ, װעט תּמיד אױספֿאַלן אױפֿן סאַמע נידעריקסטן טאָן פֿון זאַץ.

 מיר זאָגן אויף ייִדיש: „דאָס קינד האָט צוגעגרייט אַ שנה טובֿה פֿאַר די עלטערן‟; „אַ ביסל און אַ ביסל ווערט אַ פֿולע שיסל‟; „דער אַרטיקל קאָן זײַן אַ קאַפּיטשקע נודנע, אָבער מ’קאָן זיך דערפֿון עפּעס וויכטיקס אויסלערנען‟. בײַשפּילן זענען פֿאַראַן אָן אַ שיעור, אָבער דאָס איז שוין עפּעס וואָס דער לייענער קאָן אַליין אויסזוכן און אַנאַליזירן. 

אויב אַ מאָל איז פֿאַראַן אַ ספֿק, צי דער הויכפּונקט געפֿינט זיך טאַקע אויפֿן נידעריקסטן טאָן, קאָן מען עס באַווײַזן דווקא דורכן היפּוך, ס’הייסט פּרוּוון עס אַרויסרעדן אויפֿן העכסטן טאָן פֿון זאַץ און זען וואָס איז דער רעזולטאַט. 

בקיצור, מיר מוזן אַנטוויקלען אַ מוזיקאַלישע סענסיטיווקייט, אויב מיר ווילן טאַקע אַרײַנדרינגען אינעם סוד פֿון דער ייִדישער אינטאָנאַציע אָדער שפּראַך-ניגון. מיר שטײען דאָ פֿאַר אַ פֿאַנטאַסטישער דערשײַנונג, װי אַזױ די ייִדישע װעלט־אָנשױונג און ציװיליזאַציע קומען צום אױסדרוק. די ייִדישע שפּראַך (און פֿאַרשטענדלעך אױך איר מוזיק) דורך אַזאַ בולטער קלאַנג־אײגנשאַפֿט אונטערשײדט זיך פֿון די אַנדערע מערבֿ-שפּראַכן און קולטורן און ברענגט צום אױסדרוק איר אײגענעם בײַטראָג און פּראָפֿיל. 

אױב די אַרויסגעבראַכטע אױספֿירן װעגן דעם ייִדישן שפּראַך-ניגון זענען ריכטיקע, קאָן דאָס האָבן אַ גרױסע ממשותדיקע השפּעה. אױב ייִדיש־לערער און תּלמידים, אױפֿן סמך פֿון אָט די געדאַנקען, װעלן אַנטװיקלען אַ פּראַקטישן שליסל װי אַזױ איבערצוגעבן די אינטאָנאַציע פֿון ייִדיש, װעט עס אַלעמען אַרױסהעלפֿן און פֿאַרלײַכטערן דאָס באַהערשן די ייִדישע שפּראַך. דער ריכטיקער קלאַנג פֿון אַ שפּראַך איז אַ מיטל אַרױסצוברענגען אַ געדאַנק און געפֿיל אױף אַ קלאָרן אופֿן, װי אױך צו פֿאַרשטאַרקן דעם זכּרון. װי אַזױ האָבן זיך פּיצעלעך קינדער אין פֿאַרלױף פֿון דורות געלערנט דעם ייִדישן אַלף־בית? אַ ניגון האָט תּמיד באַגלײט זײער לימוד און זײ געקומען צו הילף. 

פֿון ערשטן אױגנבליק, זעט אױס אַז די מוזיקאַלישע טענער זענען נאָר אַן אָנגענעמער צוגאָב צום באַטײַט פֿונעם װאָרט, נאָר אין דער אמתן טראָגן אין זיך די טענער כּװנות און באַטײַטן װאָס אָן זײ, פֿאַרלירט אַ שפּראַך איר טעם, אירע רמזים און חן. ווען כ’האָב אַ מאָל באַמערקט פֿאַרן דירעקטאָר פֿון אַ ייִדיש-טעאַטער, אַז דער אַרויסרייד פון זײַנע אַקטיאָרן איז ניט קלאָר, איז זײַן ענטפֿער געווען אַז זיי רעדן אַ „ישׂראלישן‟ ייִדיש…אָך און ווי איז אונדז, אויב דאָס איז דער ישׂראלישער ייִדיש. ווי אַזוי וועלן די ייִדיש־אַקטיאָרן, װעלכע האָבן ניט געהערט קיין ייִדיש אין דער הײם, זיך לערנען די מוזיקאַלישקײט פֿון דער שפּראַך, אויב מ’שטעלט זיי ניט צו די געהעריקע כּלים? בקיצור, מ’באַצאָלט הײַנט אַ הױכן פּרײַז פֿאַרן איגנאָרירן די אײגנאַרטיקײט פֿון דער ייִדישער אינטאָנאַציע. ס’איז געקומען די ריכטיקע שעה דאָס צו פֿאַרריכטן. װאָס מער ייִדיש־לערער און תּלמידים, לעקטאָרן, ראַדיאָ-ספּיקערס, װי אױך טעאַטער־אַנסאַמבלען װעלן זײַן גרײט אױסצופּרוּװן דעם ריכטיקן אינטאָנאַציע־צוגאַנג, װעט זײַן אַ שריט פֿאָרױס, כּדי אַלע ייִדיש-ליבהאָבערס זאָלן דערפֿון געניסן.