העלען פּאַלאָגע, אַ קאַנאַדע־געבוירענע פֿרוי, וואָס וווינט הײַנט אין חיפֿה, האָט לעצטנס אָנגעשריבן אַ גאָר אינטערעסאַנטן עסיי, אויף ענגליש, וועגן אירע אייגנאַרטיקע קינדעריאָרן בײַ וועלטלעכע ייִדישיסטן, צו ערשט — אין קאַנאַדע, און שפּעטער — אין די „אַמאַלגעמייטעד‟ הײַזער אין בראָנקס, נ״י.
דער עסיי איז אַ טייל פֿון איר בלאָג, The Drawer [דער שופֿלאָד], וואָס זי באַשרײַבט ווי „אַן אָרט אָפּצודרוקן יענע עסייען וואָס זענען צו לאַנג, צו קורץ אָדער פּאַסן זיך נישט צו צו די באַדערפֿענישן‟ פֿון פֿאָרמעלע צײַטשריפֿטן.
אין איר ערשטן עסיי, Back to Yiddish [צוריק צו ייִדיש], שילדערט זי דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון אירע עלטערן און זייערע פֿרײַנד — אַלע לעבן געבליבענע פֿון חורבן — וועלכע האָבן זיך באַמיט אײַנצופֿלאַנצן אין זייערע קינדער זייער אייגענע געטרײַשאַפֿט צו די פּרינציפּן פֿון בונד (מענטשלעכקייט און גערעכטיקייט) און צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
פּאַלאָגע דערציילט וועגן אירע יאָרן אין דער ייִדישער פֿאָלקשולע, מיטלשול און ייִדישן לערער־סעמינאַר, ווי אויך אירע באַליבטע זומערן אינעם בונדיסטישן זומער לאַגער, קעמפּ המשך, אָבער גיט אויך איבער ווי אַזוי זי האָט צו־ביסלעך פֿאַרלאָזט די ספּעציפֿיש־ייִדישע אידענטיטעט פֿון אירע עלטערן, כּדי זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.
דורך די בילדערישע פּרטים וואָס פּאַלאָגע גיט איבער, שאַפֿט זיך אַ שאַרפֿער פּאָרטרעט פֿון איר משפּחהס באַשיידענעם לעבן־שטייגער: ווי מע האָט, למשל, גלײַך נאָך איר געבוירן ווערן, געשאַפֿן אַ געלעגער פֿאַר איר אין אַ שופֿלאָד „אַזוי ווי אַ לאַרווע אין אַ קאָקאָן‟, און שפּעטער, ווען זי איז שוין געווען צו גרויס פֿאַרן שופֿלאָד, האָט מען צונויפֿגערוקט צוויי פֿאָטעלן, באַלייגט זיי מיט אַ לײַלעך, און דאָרט יעדן אויפֿדערנאַכט געלייגט דאָס מיידעלע שלאָפֿן.
פּאַלאָגע באַשרײַבט אויך די אָוונטן, ווען אירע עלטערן און זייערע פֿרײַנד פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען בײַ זיי אויף קאַווע און אַ ביסל שנאַפּס, און געשמועסט וועגן סאָציאַליזם און ייִדישיזם. „מע האָט זיך געקריגט און געלאַכט, און אָנגעפֿילט די שטוב מיט טומל און פּאַפּיראָסן־רויך,‟ שרײַבט זי. דער רעש ביז שפּעט אין דער נאַכט האָט נישט געשטערט דאָס קליינע העלען בעת זי איז געלעגן אין איר בעטל; פֿאַרקערט, זייערע היימישע קולות, שפּראַך, געלעכטער און געזאַנג האָט זי אײַנגעשלעפֿערט ווי אַ שלאָפֿליד.
נאָך דעם ווי דער טאַטע איז יונגערהייט געשטאָרבן האָט העלענס מאַמע געבראַכט איר בת־יחידה קיין ניו־יאָרק און ווידער חתונה געהאַט. דערווײַל האָט העלען אַנטדעקט די דרויסנדיקע „גוייִשע‟ קולטור, און געפּרוּווט מיט אַלע כּוחות זיך אײַנשליסן אין יענער וועלט. זי איז געוואָרן אַקטיוו אין די אַלגעמיינע סאָציאַליסטישע קרײַזן און במילא זיך געחבֿרטע מיט נישט־ייִדישע מיידלעך — און ייִנגלעך. געמיינט האָט זי אַז ס׳וועט נישט אַרן אירע „ליבעראַלע, אוניווערסאַליסטישע עלטערן‟, אָבער ניין — זיי האָבן פּלוצלינג געפֿאָדערט אַז זי זאָל נישט אַרויסגיין מיט קיין גוייִשע בחורים.
פּאַלאָגע באַשרײַבט דעם סתּירותדיקן צוגאַנג פֿון אירע בונדיסטישע עלטערן מיט אַ שאַרפֿער איראָניע: „אַרבעטער פֿון דער וועלט, פֿאַראייניקט זיך! אַלע מענטשן זענען ברידער! נאָר זאָלסט זיך נישט דערוועגן אָנצורירן מײַן טאָכטער!‟
דער לאַנגער וועג וואָס פּאַלאָגע האָט דורכגעמאַכט — ווי זי איז שפּעטער אָנגעקומען קיין ישׂראל און ווי זי האָט, נאָכן דערציִען אַ משפּחה, אויף ס׳נײַ זיך פֿאַרליבט אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור — איז כּדאַי צום לייענען, און וועט האָפֿנטלעך אַרויסרופֿן בײַ אַנדערע דערוואַקסענע קינדער פֿון סעקולערע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות אַן אינטערעס אין איבערגעבן זייערע אייגענע אייגנאַרטיקע געשיכטעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.